Топ-100
Back

ⓘ צהל - הקריה, זכריה באומל, יצחק מאיר, מיליטערישע פאליציי, משמרת שנייה, נחל בריגאדע, נחל החרדי, יונתן נתניהו, ענטעבע אפעראציע, פאל-שירעם בריגאדיע ..




                                               

הקריה

הַקִריה איז דער נאָמען פון א שטח אין צענטראלן תל אביב וואס באדינט היינט צה"ל, דעם ישראל מיניסטעריום פון פאַרטיידיקונג, רעגירונג ביוראען און אנדערע שטאַטישע קערפער. הקריה ליגט צווישן די גאסן מלך שאול פון צפון, הארבעה פון דרום, בעגין טראקט פון מזרח און לעאָנאַרדאָ דאַ ווינטשי פון מערב.

                                               

זכריה באומל

סערזשאַנט זכריה באַומל ז"ל איז געווען אַ זעלנער אין צה"ל וואָס איז געווען איינער פון די דריי ישראלישע מיליטער־לייט צוגערעכנט צו פאַרפאַלענע אין קאַמף אין דער שלאַכט ביי סולטאַן יאַקוב דעם 11 יוני 1982 אין לבנון אין דער צייט פון דער ערשטער לבנונשער מלחמה. באַומל צוזאַמען מיט יהודה כץ און צבי פעלדמאַן זיינען פאַרכאַפּט געוואָרן דורך סירישער אַרמיי און זייער גורל איז געווען אומבאַקאַנט. זיין געביין האָט מען צוריקגעקערט קיין ישראל אין אַפּריל 2019, 37 יאָרן נאָך דער מלחמה.

                                               

יצחק מאיר

רבי יצחק מאיר איז געווען בירגערמייסטער פון בני ברק פון 1974 ביז 1976. ער איז געווען פון די ערשטע באוואוינער פון בני ברק. ער איז געווען דער אלגעמיינער פארוואלטער פון חינוך עצמאי, און וויצע־הויפט־רב פון צה"ל.

                                               

מיליטערישע פאליציי

דער אויפגאבע פון די מיליטערישע פאליציי איז פולארטיג, עס רעכנט אריין ארדענונג, אינפארסירן געזעץ, ביז גרענעץ וועכטער, אויספארשן קרימינאלע אקטיוויטעטן, און אזוי אויך אויפהאלטן טורמעס וואס זענען אונטער מיליטערישע קאנטראל.

                                               

משמרת שנייה

משמרת שנייה איז א קורצע ישראלישער פערצן מינוטיגער פילם דירעקטיהרט דורך אודי בן אריה אין 1995. עס איז נאָמיניהרט געווארן פאר אַן אסקאר אין 1996.

                                               

נח"ל בריגאדע

די נח"ל בריגאדע, איז איינע פון די פינף בריגאדעס אין ישראל, פון די פוסגייער קרעפטן אינעם מיליטער. געגרינדעט אין 1982 ביי דער ערשטער לבנון מלחמה קעגן לבנון, און ביז היינט פארנעמט זי זיך מייסטנס, מיטן זיצן אויפן צפון גרעניץ, וואס איז לבנון, און סיריע, אזוי אויך אינעם מערב ברעג, די נח"ל בריגאדע איז קיינמאל נישט געווען אין דרום, ביים עזה שטרייף גרעניץ, ביזן פארגאנגענע ווינטער, צום ערשטן מאל. ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, איז די נח"ל געווען די ערשטע פיסגייער בריגאדע, אריינצוגיין אין לבנון, און די לעצטע ארויסצוגיין. ביי דער על אקצא אינטיפאדע האט זי טיילגענומען אין די שלאכטן פון אפעראציע חומת מגן, ...

                                               

נחל החרדי

נח"ל חרדי אדער גדוד נצח יהודה איז איינע פון די כפיר בריגאדע באטאליאנען פון צה"ל, וואס איז געאײַגנט פאר פרומע אידן. אינאיינעם מיט די מיליטערישע בילדונג, לערנט מען תורה אפאר שעה אין טאג, און עס ווערט אויך צוגעשטעלט אלע באדערפענישן וואס פארלאנגן זיך פאר חרדישע אידן. דער באטאליאן איז ספעציעל געגרינדעט געווארן צו אדרעסירן דעם וואקסנדן פראבלעם פון געוויסע בחורים וואס פילן נישט ביכולת צו בלייבן ביים לערנען דאס גאנצע לעבן אבער קענען נישט ארויסגיין ארבעטן צוליב זייערע מיליטערישע התחייבותן. דאס האט צוגעפירט, אחוץ דעם וואס פאר פילע בחורים און יונגעלייט האט געפעלט טאג-טעגליכע סיפוק, זענען געווען פיל ו ...

                                               

יונתן נתניהו

יונתן יוני נתניהו איז געווען אן אפיציר אין צה"ל וואס האט קאמאנדירט דעם עליטישן קאמאנדע איינס סיירת מטכ״ל ביי דער ענטעבע אפעראציע, אן אפעראציע צו ראטעווען 106 ערבניקעס געהאלטן אין ענטעבע פליפארט אין אוגאנדע אין 1976. די מיסיע איז געווען בעצם דערפאלגרייך, און מ׳האט געראטעוועט 102 פון די ערבניקעס, אבער נתניהו אליין איז געהרג׳עט געווארן ביי דער אקציע.

                                               

ענטעבע אפעראציע

די ענטעבע אפעראציע אדער יונתן אפעראציע איז געווען א ישראלישע אקציע אין דער שטאט ענטעבע אין אוגאנדע, אין יאר 1976. נאכדעם וואס דייטשן און פאלעסטינער, פון די פראנט פונעם פאלק פארן באפרייען פאלעסטינע, האבן פארכאפט אן עראפלאן פון דער ער פראנס פירמע, אפגעזונדערט די יידן פון די גויים, אלס משכונות, און פארלאנגט דערפאר די באלדיגע באפריינוג פון טעראריסטן אין ישראל טורמעס. אין 4טן יולי 1976, זענען אהינגעפארן עטליכע ישראל עראפלאנען פון דעם לופטפלאט, מיט זעלנער פון סיירת מטכ"ל און גולני, און באפרייט די 105 פארכאפטע יידן, אין אן אקציע וואס האט מצליח געווען, און די וועלט איז געווען ערשטוינט פון די סוקסע ...

                                               

פאל-שירעם בריגאדיע

די ישראלדיקע פאל-שירעם בריגאדע, געגרינדעט אין 1955, איז צאמגעשמאלצן געווארן, פונעם 101טן איינהייט פון אריק שרון, און אנדערע רעגימענטן. זיי האבן טיילגענומען אין אלע מלחמות, וואס זענען אריבער אויף ישראל, אבער בלויז איינמאל אלס פאראשוטיסטן, אין דער סיני מלחמה, ווען זיי האבן איינגענומען דעם מיטלע פאס אינעם סיני האלבאינדזל, היינט ווערן זיי פארעכנט אלס געהעריגע פוסגייער סאלדאטן. צו ווערן א זעלנער אינעם בריגאדע, מוז מען דורכגיין א פיזישע טעסט, פאר צוויי טעג פון אינטענסיווע לויפן, און אנדערע אקטיוויטעטן. די בריגאדע גייט אין רויט ברוינע שיך, א רויטן בערעט, און מיט א פאסיק אויפן העמד, און אנדערש ווי ...