Топ-100
Back

ⓘ קולטור - 1טן יוני, כינעזישער קאלענדאר, מוזיק, שלום עליכם הויז, אונעסקא, וויען, איך ליב דיר, מאן, אנימע, אקטיאר, בראניס ..




                                               

1טן יוני

1792 - קענטאקי ווערט דער 15טער שטאַט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. 2005 - האלאנד ווארפט אפ די אייראפעישע קאנסטיטוציע אין א רעפערענדום. 1796 - טענעסי ווערט דער 16טער שטאַט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. 1998 - אויפגעשטעלט דער אייראפעישער צענטראלבאנק. 1533 – אן באלין באקרוינט מלכה פון ענגלאנד.

                                               

כינעזישער קאלענדאר

דער כינעזישער קאלענדאר איז דער קאלענדאר אנגענומען אין דער קולטור פון כינע און מזרח אזיע. ער ארבעט אויף א ציקל פון 60 יאר. צוויי יאר נאכאנאנד האט דאס יאר א נאמען געבונדן מיט איינעם פון די פינף יסודות, לויטן פאלגנדן סדר: ערד פייער וואסער מעטאל האלץ און א נאמען פון א בעל חי לויט די סימנים פון די צוועלף מזלות: מאלפע 1992.2004.2016.2028 טיגער 1998.2010.2022.2034 דראקאן 2000.2012.2024.2036 שלאנג 2001.2013.2025.2037 חזיר 1995.2007.2019.2031 אקס 1997.2009.2021.2033 הון 1993.2005.2017.2029 פערד 1990.2002.2014.2026 ראץ 1996.2008.2020.2032 הונט 1994.2006.2018.2030 שאף 1991.2003.2015.2027 קיניגל 1999. ...

                                               

מוזיק

מוזיק, איז אן אָרגאנעזירטער צוזאמענשטעל פון קולות, אין דעם ווערט ארײַנגעמישט מענטשלעכע קולות אינסטרומענטאלע קולות און אזוי ווײַטער. מוזיק ווערט געניצט ארויסצוגעבן געפילן, געדאנקען און אזוי ווײַטער. די אָפטײַטש פון מוזיק ווערט געטוישט לויטן קולטור.

                                               

שלום עליכם הויז

שלום־עליכם־הױז איז א קולטור־צענטער פאר די יידישע קולטור. עס איז געגרינדעט געווארן אינעם יאר 1966 אין תל אבֿיבֿ און רופט זיך לויטן נאמען פון דעם באוווסטן יידישער שרייבער, שלום עליכם. דער דירעקטאר פונעם הויז איז פרופ אברהם נאווערשטערן. דער קולטור־צענטער פארנעמט זיך מיט פארשן, אפהיטן און פארשפרייטן די יידישע קולטור אריינגערעכנט יידיש-קורסן. אין דעם הויז עקזיסטירט א ביבליאטעק, פארטראג־זאל, ארכיוו, לערן־צימער און אן אויסשטעלונג־זאל. יעדע יאר באשטימען זיי סטיפענדיעס פאר די פארשער און געלערנטע. די געביידע פונעם הויז האט אויספאמירט דער ארכיטעקט אוריאל כהנא, וואס איז געווען אן אוראײניקל פון שלום עליכם.

                                               

אונעסקא

אונעסקא איז די ארגאניזאציע פאר בילדונג, וויסנשאפט און קולטור פון די פאראייניגטע פעלקער. אונעסקא איז געגרינדעט געווארן דעם 16טן נאוועמבער 1945, מיטן ציל פון העלפן צו אינטערנאציאנאלע פרידן און זיכערהייט. אינגאנצן זענען 195 לענדער מיטגלידער אין אונעסקא. די ארגאניזאציע איז הויפטקווארטירט אין פאריז, פראנקרייך, און האט אנשטאלטן אין פארשידענע לענדער פון דער וועלט. אונעסקא ארבעט דורך פינף הויפט פראגראמען: בילדונג, נאטירלעכע וויסנשאפטן, סאציאלע וויסנשאפטן, קולטור, און קאמוניקאציע און אינפארמאציע.

                                               

וויען

וויען איז די הויפטשטאט פון עסטרייך, און אויך איינער פון די ניין שטאטן פון עסטרייך. מיט א באפעלקערונג פון 1.7 מיליאן, איז וויען קלאר די גרעסטע שטאט אין עסטרייך, ווי אויך דער קולטור, עקאנאמישער און פאליטישער צענטער. זי איז די 10טע גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעישן פארבאנד. וויען ליגט אין דער מזרח זייט פון עסטרייך גאנץ נאנט צו טשעכיי, סלאוואקיי און אונגארן.

                                               

איך ליב דיר, מאן

איך ליב דיר, מאן איז א אמעריקאנער ראמאנטיק קאמעדי ענגליש שפראכיגער פילם ערשינען אין יאהר 2009 וואו עס שפילן דזשעיסאן סיגל און פאול ראד דירעקטירט ביי דזשאן האמבורג. עס ערשיינען אויך די ראק בענד ראש און ליאו פערינגאו.

                                               

אנימע

אַנימע איז די אלגעמיינע טערמין געניצט אין די מערב וועלט צו באשרייבן די באזונדער זשאַנער פון אנימאציע וואס איז אנטוויקלט אין יאפאן, ווייל אין יאפאן גופא מען נוצט די ווערט פאר כּלערליי אנימאציע, סיי היגע סיי אויך פון דער גאנצער וועלט. אנימע איז געוויינלעך געשאפן דורך אנימאציע טעכניק, אדער ביי האנט אדער מיט א קאמפיוטער, אין צוויי דימענסיעס אדער דריי דימענסיעס. רוב מאל מאכט מען די פערסאָנאַזש מיט גאר גרויסע אויגן און מאדנע פֿאַרקאַמען.

                                               

אקטיאר

אן אַקטיאָר אדער שוישפילער/ין איז איינער וואָס שפילט אין אַ פילם אָדער טעאַטער אָדער סתם אַזוי נאָך מאַכענדיג אַן אַנדער כאַראַקטער.

                                               

בראניס

בראָניס זענען אנהענגער פון די 2010 אנימירטע טעלעוויזיע סעריע "מיין קליינער פאָני: פריינטשאפט איז צויבער". דער פאנדאם כולל מערסטנס זכרים, אבער אויך נקיבות ארויס פונעם פאקטישע צילבערט גרופע פון דער סעריע - מיידלעך פון פיר יארן צו ניין. די סעריע איז געווארן באשאפן דורכן אנימאטארין לארען פאוסט.