Топ-100
Back

ⓘ פילאסאפיע - פילאסאפיע, דאקטאר, פילאסאפיע, רעאליטעט, מאטעריאליזם, מידות, לודוויג וויטגנשטיין, אָראַ, בורידאןס אייזל, עטיאלאגיע ..




                                               

פילאסאפיע

פֿילאָסאָפֿיע איז דאס מעטאד פון פארשונג צו פארשטיין גרונטליך און קלאר די פענאמענאנען פון דער וועלט, מענטשהייט, און דאס לעבן. למשל ווי איז די בעסטע וועג צו לעבן דער ווארט פילאסאפיע איז א גריכישן צוזאם שטעל פון די ווערטער פילא און סאפיא, ד.ה. דאס ליבשאפט פון חכמה.

                                               

דאקטאר (פילאסאפיע)

דאָקטאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיִע אָדער Ph D איז דער העכסטער אַקאַדעמישער טיטל. מען באַקומט דעם טיטל װען מען באווייזט אַז מען האָט אַלײן געפארשט עפּעס אַ טעמע און דערין געצײגט נײַקײטן פֿאַר די װיסנשאַפֿט. די שטודיִע פֿאַרפֿאַסט מען אין אַ דיסערטאַציִע װאָס װערט איבערגעקוקט דורך פּראָפֿעסארן, און מען זאָל אױך קענען די אַרבעט פֿאַרטיידיגן. אריגינעל האט מען באקומען דעם דיפלאם פאר שטודיעס אין פילאסאפיע אבער היינט גיט מען דעם טיטל אין אלע לערנונגען.

                                               

רעאליטעט

רעאַליטעט אדער ממשותדיקייט איז יעדע זאך וואס איז עכט, אויסשלינדיק וואס איז אויסגעטראכט. א געשעעניש וואס האט טאקע פאסירט אדער א זאך וואס עקזיסטירט האט "רעאליטעט". די רעאליטעט קען זיין אנדערש פון וויאזוי א זאך זעט אויס אדער ווי מענטשן מיינען. פילאסאפיע באהאנדלט די נאטור פון רעאליטעט, און דאס שייכות צווישן רעאליטעט און א מענטשנס שכל ווי אויך שפראך און קולטור. פֿילאסאפֿישע פֿראַגעס וועגן רעאליטעט און עקזיסטענס געהערן צו דער שטודיע גערופן אנטאלאגיע, א וויכטיגע צווייג פון מעטאפיזיק. אנטאלאגישע פֿראגעס ווערן אדורכגעקלערט אין פארשידענע צווייגן פון פילאסאפיע, כולל פילאסאפיע פון וויסנשאפט, פילאסאפיע ...

                                               

מאטעריאליזם

מאַטעריאַליזם איז א טעאריע אין פילאסאפיע אז אלץ באשטייט פון מאטעריע, און אלע פענאמענען, איינשליסנדיק באוואוסטזיין קומען פון מאטעריעלע אייגנשאפטן און אינטעראקציעס. דאס הייסט, לויט דער דאזיקער טעאריע באשטייט דאס גאנצע ממשות פון פיזישער מאטעריע, און דאס נעמט איין מענטשלעכע געדאנקען, געפילן און עמאציעס. דאס איז פונקט פארקערט פון דער טעאריע פון אידעאליזם, און אויך קעגן דעם באגריף פון גייסטליכקייט.

                                               

מידות

צו מיינט איר װיקיפּעדיע:מידות? מידות אדער עטיק איז א צווייג פון פילאסאפיע וויאזוי דער מענטש פירט זיך אויף מיט אנדערע מענטשן צום גוטן אדער שלעכטן. די טעלאגיע וואס געבט זיך אפ דערמיט איז מוסר. אין פילאסאפיע ווערט עטיק צעטיילט אין דריי צווייגן: געווענדעטער עטיק, וואס פארבינדט דעם געביט מיט פראקטישע אויפפירונג. מעטא-עטיק, וואס טוט דעפינירן דעם געביט פון עטיק; נארמאטיווער עטיק, וואס האנדלט פארשטיין וואס ווערט גערופן גוטע מידות; טייל האלטן אז עטיק לערנט זיך פון רעליגיע, ווי למשל די עשרת הדיברות.

                                               

לודוויג וויטגנשטיין

לודוויג יאזעף יאהאַן וויטגנשטיין איז געווען אן עסטרייכער פילאסאף, וואס איז געווען פראפעסאר פון פילאסאפיע אין דעם אוניווערסיטעט פון קיימברידזש פון 1939 ביז 1947. זיין בוך פילאסאפישע פארשונגען האט מען ארויסגעגעבן נאך זיין טויט; עס ווערט גערעכנט פון די וויכסטיקע ווערק אין אנאלאטישער פילאסאפיע.

אָראַ
                                               

אָראַ

אין פּאַראַ-פּסיכאָלאָגיע און פילע פארמען פון רוחניות פראקטיצירונג, אַן אָראַ איז אַ פעלד פון האַקעלע, לייַכטיק ראַדיאַציע וואס נעמט ארום אַ מענטש אָדער זאך.

בורידאןס אייזל
                                               

בורידאןס אייזל

בורידאנס אייזל איז אן אילוסטראציע פון א פאראדאקס אין פילאסאפיע, לגבי דער הבנה אין בחירה. די פאראדאקס איז א משל. אינעם משל, ווערט אן אייזל אוועקגעשטעלט פונקט אינצווישן א זאק היי און א קאנע וואסער. דער אייזל איז פנוקט אזוי הונגעריג ווי דורשטיג. אזוי ווי דער אייזל האט נישט קיין בחירה, וועט דער אייזל שטארבן פון הונגער און דורשט, ווייל ער וועט נישט קענען מאכן קיין ראציאנאלעם החלטה וועלכע פון די צוויי ברירות אויסצוקלויבן ערשט. די פאראדאקס איז פארפאסט געווארן דורך דעם פראנצויזישן פילאסאף זשאן בורידאן.

                                               

עטיאלאגיע

עטיאלאגיע איז די שטודיע פון די אורזאכן און פאקטארן פון פענאמענען, און ווערט גענוצט אין פארשידענע דיסציפלינען. אין מעדיצין באדייט עטיאלאגיע דערגיין פון וואנעט מחלות קומען צו א מענטש. מען ניצט דעם טערמין עטיאלאגיע אויך אין פסיכאלאגיע, פילאסאפיע, ארכעאלאגיע און נאך.