Топ-100
Back

ⓘ מאטעמאטיק - 1000, נומער, קוואדראט ווארצל, קאמבינאטאריק, 10000, 8טן אויגוסט, 64 באזע, אבסטראקציע, מאטעמאטיק, אוילער-אידענטיטעט, אויסדרוק ..




                                               

1000 (נומער)

אין מאטעמאטיק נוצט מען דעם אות K וואס באדייט קילא צו באצייכענען טויזנט. ווי צב"ש 30.000 קען מען שרייבן אויך אזוי 30K. אבער אין קאמפיוטער איז א K נומער 1.024.

                                               

קוואדראט ווארצל

אין מאטעמאטיק, אַ קװאַדראט װאָרצל איז א רעאלע צאל וואס ווען מען טאפלט אים מיט זיך אליין גיבט ער ארויס דעם ערשטן צאל. צום ביישפיל: 2 און 2- זיינען די קוואדראטישע ווארצלען פון 4, ווייל 2 מאל 2 און 2- מאל 2- זיינען גלייך 4. 3 און 3- זיינען די קוואדראטישע ווארצלען פון 9, ווייל 3 מאל 3 און 3- מאל 3- זיינען גלייך 9. יעדער נומער וואס איז העכער פון נול קען האבן צוויי קוואדראטישע צאלן, א פאזיטיוו און א נעגאטיוו נומער, אזוי ווי מיר האבן פריער געזען אז סיי 2 און סיי 2- זיינען די קוואדראטישע צאלן פון 4. ווייל מינוס מאל מינוס איז שטענדיק פלוס. א נול האט אימער נאר איין קוואדראטישער ווארצל, און דאס איז א ...

                                               

קאמבינאטאריק

קאמבינאַטאריק איז א צווייג פון דיסקרעטער מאטעמאטיק וואס באהאנדלט ציילונג, סיי ווי א פראצעס סיי ווי אן אויסקום, און געוויסע אייגנשאפטן פון פארשידענע ענדלעכע סטרוקטורן. קאמבינאַטאריק איז גאנץ נאנט צו פיל געביטן אין מאטעמאטיק און ווערט געניצט אין לאגיק, סטאטיסטישער פיזיק, עוואלוציאניסטישער ביאלאגיע, קאמפיוטער וויסנשאפט און נאך. קאמבינאַטאריק איז א גאר ברייטער געביט אין מאטעמאטיק וואס האט נישט קיין קלארע גרענעצן. פראגעס אין קאמבינאטריק קענען קומען פון ברייטע שטחים פון ריינער מאטעמאטיק, בעיקר פון אלגעברע, טעאריע פון משמעותדיקייט, טאפאלאגיע און געאמעטריע.

                                               

10000 (נומער)

טייל שפראכן האבן א נאמען פארן נומער 10000: אין לשון הקודש רבבה, אין תרגום־לשון ריבוא און אין אוראלט גריכיש μύριοι. אין ענגלאנד און אמעריקע שרייבט מען 10.000 און אין אייראפע שרייבט מען 10.000

                                               

100000

אין פארשידענע שפראכן פון דרום אזיע ווי הינדי און גודזשאראטי רופט מען 100000 א לאַק. אבער רוב שפראכן האבן נישט קיין באזונדער נאמען פאר דעם נומער. אין ענגלאנד און אמעריקע שרייבט מען 100.000 און אין אייראפע שרייבט מען 100.000

                                               

8טן אויגוסט

1938 - אנהייב פון אויפשטעלן דעם מאוטהאוזן קאצעט 2008 - געעפנט די ביידזשינג אלימפיאדע 1900 - דויד הילבערט שטעלט פאר זיינע 23 פראבלעמען ביים אינטערנאציאנאלן מאטעמאטיק קאנגרעס 1967 - געגרינגעט דער פארבאנד פון דרום-מזרח אזיאטישע פעלקער 1949 - בהוטאן ווערט זעלבשטענדיק פון בריטאניע

                                               

64 באזע

בעיס 64 איז א נומערן סיסטעם וואס איז געבויט אויף באזע פיר און זעכציג. דאס נוצט מען נישט פאר ציילן. דאס נוצט מען געווענליך פאר צולייגן אן אטעטשמענט צו א בליצבריוו.

                                               

אבסטראקציע (מאטעמאטיק)

אין מאטעמאטיק, איז אבסטראקציע א צענטראלער פראצעדור פון ראפינירן די פרינציפיעלע אייגנשאפטן פון אן אביעקט און פארלאזן אנדערע קאנקרעטע אייגנשאפטן. דורך אבסטראקציע קען מען גענעראליזירן די אייגנשאפטן פונעם אביעקט. די מערהייט פון מאטעמאטישע געביטן שטאמען פון באשעפטיקונג אין לייזן פראקטישע פראבלעמען. כאטש די מאטיוואציע פאר שטודירן א געוויסן געביט קומט פון רעאליטעט, אבער פֿאקוסירן אויף די רעאלע אביעקטן טוט אפט שטערן באקומען א באשטאנד וועגן דעם אביעקט. דער מאטעמאטיקער פרעפֿערירט צו אבטראהירן די אביעקטן וואס ער פֿארשט – צו טרעפן די פשוט׳סטע זאמלונג פון די אלע אייגנשאפטן וואס טוט גוט באשרייבן די געפא ...

                                               

אוילער-אידענטיטעט

דער אוילער־אידענטיטעט, אויך גערופן די אוילער־גלייכונג, איז די גלייכונג: e i π + 1 = 0 {\displaystyle e^{i\pi }+1=0} אין דער דאזיגער גלייכונג געפֿינען זיך די פאלגנדע מאַטאַמאַטישע קאנסטאַנטן: i {\displaystyle i}, אימאַגינערער איינס i = √ − 1 {\displaystyle i=\surd {-1}} e {\displaystyle e}, אוילער׳ס נומער e ≈ 2.71828 {\displaystyle e\approx 2.71828} π {\displaystyle \pi }, פּי π ≈ 3.14159 {\displaystyle \pi \approx 3.14159} אויך באווייזן זיך דא דריי פון די עיקערדיקע מאַטאַמאַטישע אפעראציעס: צוגאב, טאפלען און פאטענץ. דער אוילער־אידענטיטעט הייסט נאָך דעם שווייצער מאַטעמאַטיקער לעאנהארד אוילער ...

                                               

אויסדרוק (מאטעמאטיק)

א מאטעמאטישער אויסדרוק איז אן ענדלעכער סעקווענץ פון סימבאלן וואס פאַסט צו די תקנות פונעם קאנטעקסט. מאטעמאטישע סימבאלן קענען באדייטן נומערן, וואריאבלען, בינארישע אפרעראציעס און פונקציעס. אויך אין יידיש ליינט מען דעם אויסדרוק פון לינקס אויף רעכטס

Users also searched:

...