Топ-100
Back

ⓘ וויסנשאפט - אוניווערסאלע וויסנשאפט, מוזיי, ערד וויסנשאפט, פינקטלעכע וויסנשאפטן, סאציאל וויסנשאפט, קאסמאס וויסנשאפט ..




                                               

אוניווערסאלע וויסנשאפט

אוניווערסאלע וויסנשאפט איז דער אפטייל פון די חכמה מעטאפיזיק. ארגינעל קומט דער געדאנק פון אוניווערסאלע וויסנשאפט פון פלאטאןס סיסטעם פון אידעאליזם, פארמולירט ניצנדיג די תורות פון סאקראטעס.

                                               

וויסנשאפט מוזיי

דער וויסנשאפט מוזיי אין דער אויסשטעלונג גאס, דרום קענזינגטאן, אין לאנדאן, ענגלאנד, איז א טייל פון דער נאציאנאלער מוזיי פאר וויסנשאפט און אינדוסטריע. דער מוזיי איז פון די הויפט טוריסטן אטראקציעס אין לאנדאן.

                                               

ערד וויסנשאפט

ערד װיסנשאַפֿט איז א אַרומנעמיקער נאָמען אויף אלע ערד וויסנשאפטן, דער וויסנשאפט הערפארשט איבער אלע געשעענישן און נאטורן וואס געהערט צו דער ערד. ערד וויסנשאפט איז כולל: געאגראפיע געאפיזיק געאדעזיע געאָלאָגיע ערד וויסנשאפט שטודירט די שטיינער פון דער ערד, וואסער, לופט און לעבן.

                                               

פינקטלעכע וויסנשאפטן

פינקטלעכע וויסנשאפטן איז א כללישער נאמען פון די וויסנשאפטן וואס פארנעמען זיך מיט מאטעמאטיק און מיט אונבעלעבטע מאטעריעלן. עס ענטהאלט פארשידענע אינזשינעריעס, כעמיע, פיזיק, סטאטיסטיק, קאמפיוטער וויסנשאפט און נאך.

                                               

סאציאל וויסנשאפט

סאציאַל־וויסנשאַפֿט נעמט אַרײַן אקאדעמישע דיסציפלינען וואס באהאנדלען די שטודיע פון דעם געזעלשאפטלעכע לעבן פון גרופעס פון מענטשן און איינציגע מענטשן כולל אנטראפאלאגיע, קאמוניקאציע שטודיעס, קרימינאלאגיע, עקאנאמיק, געאגראפיע, היסטאריע, פאליטישע וויסנשאפט, פסיכאלאגיע, און סאציאלאגיע.

                                               

קאסמאס וויסנשאפט

קאסמאס וויסנשאפט איז די כלליתדיגע חכמה וואס אנטהאלט פארשידענע שטודיעס וואס האבן צוטאן מיטן אוניווערס און אלץ וואס איז העכער און דרויסן פון אונזער וועלט ארום דעם קאסמאס. עס איז אמאל געווארן באצייכנט אלס אסטראנאמיע אבער היינט איז דאס שוין פיל מער אריינגערעכנט, ווי די פלאנעטן, די זון און די גאלאקסיעס, א.א.וו.