Топ-100
Back

ⓘ גייסט וויסנשאפט - בעלא שאגאל, בר אילן אוניווערסיטעט, דיאלעקטיק, תל אביבער אוניווערסיטעט, קאמוניזם, עוואלוציע ..




                                               

בעלא שאגאל

בעלא ראזנפֿעלד שאַגאַל, איז געווען א שרייבערקע אויף יידיש, און די ווייב פון מארק שאגאל. בעלא שאגאל איז געווען דער סוביעקט פון א סך פון איר מאנס בילדער.

                                               

בר אילן אוניווערסיטעט

בר אילן אוניווערסיטעט העברעיִש: אוניברסיטת בר-אילן איז אַ פובליקער אוניווערסיטעט באזירט אין רמת גן, געגרינדעט אין 1955 און געהייסן נאָך דעם פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, רבי מאיר בר-אילן. דער אוניווערסיטעט איז געגרינדעט צו העכערן דאס לערנען פון ייִדיש שטודיום און אַלגעמיינע וויסנשאַפֿט דורך דער שטעלונג פון "תורה עם דרך ארץ" אינעם גייסט פון ארטאדאקסאלער יידישקייַט. בר אילן איז די צווייטע גרעסטע אקאדעמישע אינסטיטוציע אין ישראל.

                                               

דיאלעקטיק

דיאַלעקטיק איז א באגריף אין מערבדיקער פילאסאפיע וואס דינט צו שילדערן פארשידענע מעטאדן צוצוקומען צום אמת אדער צו שילדערן די אנטוויקלונג אין דער וועלט פון גייסט אדער מאטעריע אדער ביידע צוזאמען. דער פארשפרייטסטער זינען פונעם ווארט דיאלעקטיק איז די אנטוויקלונג פון א לייזונג צו א קאנפליקט. לויט העגל אנטוויקלט די היסטאריע פון דער וועלט דורך דיאלעקטיק. ער האט אוועקגעשטעלט דריי פרינציפן: די וועלט ענדערט זיך נישט אין קרייזן נאר אין ספיראלן. ביסלעכווייז קומט צו א פונקט וואו איין קראפט הערשט איבער דער קעגנארטיקער קראפט. אלץ שטאמט פון קעגנארטיקע צדדים.

                                               

תל אביבער אוניווערסיטעט

דער תל אביבער אוניווערסיטעט איז דער גרעסטער אוניווערסיטעט אין ישראל. אין 1994 האבן דארט שטודירט 29 טויזנט סטודענטן. ער איז געגרינדעט געווארן דעם 6טן יוני 1956. אין תל-אביב אוניווערסיטעט איז טעטיק די פאלגנדערע ניין פאקולטעטן: יוריספרודענץ גייסט וויסנשאפטן נאטור-וויסנשאפטן אדמיניסטראציע סאציאלע-וויסנשאפטן קונסט פינקטלעכע וויסנשאפטן אינזשעניריע מעדיצין דער קאמפוס פונעם אוניווערסיטעט געפינט זיך אין רמת אביב אין צפון תל אביב.

                                               

קאמוניזם

קאָמוניזם איז א טעאָריע און סיסטעם פון סאָציאַלער און פּאָליטישער אָרגאַניזאַציע, וועלכע איז געווען א הויפּט–קראַפט אין דער וועלטלעכער פּאָליטיק דורכאויס רוב יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט. אַלס אַ פּאָליטישע באַוועגונג האָט קאָמוניזם געזוכט אונטערצואוואַרפן קאַפּיטאַליזם דורך אַן אַרבעטער–רעוואָלוציע און אײַנשטעלן אַ סיסטעם אין וועלכער די שאַפונגס־מיטלען זאָלן געהערן צו דער גאַנצער באַפעלקערונג אַנשטאָט זײַן דער אייגנטום פון יחידים. אין טעאָריע האָט קאָמוניזם געזוכט צו גרינדן א קלאַסלאָזיקע געזעלשאַפט פון צופרידנהייט און פרײַהייט, אין וועלכער אלע מענטשן געניסן זייער סאָציאלן און עקאָנאָמישן ...

                                               

עוואלוציע

ביאָלאָגישע עוואָלוציע איז דער פראָצעס פון בהדרגהדיקער פארענדערונג פון אָרגאניזמען מיט דער צייט. דער פועל־יוצא און די הויפט־ראיה פון עוואָלוציע איז די פיל־מיניקייט פון אלע ביאָלאָגישע סיסטעמען: פון ביאָלאָגישע מאָלעקולען צו איינצעלנע אידיווידן און פאָפולאציעס פונעם זעלבן זגאל און צו זגאלן. די טעאָריע פון עוואָלוציע איז א וויסנשאפטלעכע דיסציפלין וואָס באשעפטיקט זיך מיט דער פאָרשונג פון די פאקטאָרן און מעכאניזמען פון עוואָלוציע. די טעאָריע פון עוואָלוציע איז די אנגענומענע ערלקלערונג פאר די ערשיינונג פון קאמפליצירטע לעבן פארעמס צווישן וויסנשאפטלער.

Users also searched:

...