Топ-100
Back

ⓘ ישראלים - משה בער בעק, בית המקדש, יפעת שאשא-ביטאן, אלישע בן אבויה, ציוניזם, אפריל 2007, יהודה אבנר, פערל אבראהאם, אוולין הגואל, ישראל אוימאן ..




                                               

משה בער בעק

משה דוב בער הלוי בעק (ג סיון התרצ"ד - ד אייר, התשפ"א איז געווען פון די עקסטרעמיסטישער נטורי קרתא גרופע אין אמעריקע וואס זענען פעסט אין קאמפף קעגן ציונות.

                                               

בית המקדש

בית המקדש איז געוועזן דער ארט וואס דער אייבערשטער האט באפוילן פאר זיינע יידישע קינדער זיי זאלן מאכן פאר אים, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - זיי זאלן מאכן פאר מיר א מקדש, און איך וועל רוען אין זיי, און איז געוועזן דער ארט ווו די אידן האבן געטון די עבודה פון מקריב זיין קרבנות און זינגען פאר גאט.

                                               

יפעת שאשא-ביטאן

ד"ר יפֿעַת שאַשאַ-ביטאן איז די פֿארזיצערין פון דער כולנו פארטיי אין דער ליכוד פֿראקציע, פֿארזיצערין פון דער קאראנע קאמיטעט און א כנסת דעפוטאט. זי האט געדינט ווי מיניסטער פון געבוי און באוואוינונג און פֿארזיצערין פון דער קאמיטעט פאר קינדער־רעכטן אין דעם 20סטן כנסת. פריער איז זי געווען וויצע־בירגערמייסטער פון קרית שמונה. איידער זי איז אריין אין פּאָליטיק, האט זי עוסק געווען אין בילדונג.‏

                                               

אלישע בן אבויה

אלישע בן אבויה איז געווען פון די תנאים און שפעטער אין זיין לעבן איז ער אוועק פון בית המדרש און געגאנגען צו די רומיים, זינט דאן ווערט ער אנגערופן אין תלמוד אחר. ער איז געווען דער רבי פון רבי מאיר. אינעם דור נאכן צווייטן חורבן בית המקדש.

                                               

ציוניזם

ציוניזם, פון נאמען "ציון", איז אן אידיאלאגיע וואס האלט אז אידן אין מאדערנע צייטן זאלן זיך אומקערן צו דאס היסטארישע לאנד פון די אידן, ארץ ישראל. ציונות איז צושטאנד געקומען אין דער ענדע 19טע י"ה מיטן אנגעבליכן ציל, צו דינען אלס לייזונג אנטקעגן די ביטערע אנטיסעמיטיזם וואס אידן האבן געליטן איבער די וועלט, הויפטזעכליך אין מזרח אייראפע. אין יאר התרס"ג האט טעאדאר הערצל געשריבן זיין בוך דער יודענ-שטאט, אין וועלכע ער לייגט פאר זיין חלום פאר אן אידישעם לאנד מיט א פארגעשריטענע קולטור, זיך צו פארגלייכן צו דער צענטערס קולטור פון מערב אייראפע. די ערשטע פארטרעגער פון ציונות האבן נישט אלע געצילט אויף דעם ...

                                               

אפריל 2007

הויפט דעמאקראט הערי ריעד ערקלערט פארן פאלק און פאר דער וועלט: אמעריקע האט פארלוירן די איראק מלחמה. רויטערס קאנאדע ביזנעס-מאן קלאגט אן וויקימעדיע פונדאציע פארן אביוזן זייער כוח אין זיין ביאגראפיע ארטיקל וואס איז געווען מער נעגעטיוו ווי פאזיטיוו. לאקאל מידיע מיידלעך אין בית יעקב שולע וואס האבן זיך אויפגעשטעלט ביים יום השואה סירענע פייעפער צו געדענקן די 6 מיליאן קדושים באשטראפט אז זיי מוזן זאגן תהלים אגאנצן טאג צוליב דעם וואס דאס איז א פרייע מנהג. זשעי פאוסט הארץ צייטונג פרויפיילט חרדישע פרוי הויפט פון עדווערטייזונג דעפארטמענט אין יתד נאמן וואס שפיגלט לויט זיי אפ די פארשריט אדער טויש פונעם הי ...

                                               

יהודה אבנר

יהודה אבנר איז געווען א ישראלישער דיפלאמאט, וואס האט געדינט ווי אמבאסאדאר פון ישראל אין בריטאניע, אירלאנד און אויסטראליע.

                                               

פערל אבראהאם

פערל אבראהאם איז אן אמעריקאנער ראמאניסט. זי איז די דריטער פון ניין קינדער פון א חסידישער שטוב. איר פאטער איז געווען א רב. ווען זי איז געווען אלט פינף האט זיך איר פאמיליע געצויגן קיין ניו יארק און צוויי יאר דערנאך צוריק קיין א"י. אזוי עטליכע מאל, ביז ביי אירע צוועלף יאר האבן זיי זיך ענדגילטיג באזעצט אין ניו יארק. זי האט געלערנט אין יודיש, דערנאך אין ענגליש און שפעטער ווייטער אין יודיש. זי האט גראדואירט פון האנטער קאלעדזש.

                                               

אוולין הגואל

אוועלין הגואל איז א ישראלישער פילם, טעלעוויזיע און טעאטער אקטריסע, געווינער פון צוויי אָפיר אַוואַרדס.

                                               

ישראל אוימאן

פראפעסאר ישראל אוימאן איז א ישראלדיקער מאטעמאטיקער, געווינער פון דעם נאבעל פריז פאר עקאנאמיק פון 2005, און עמעריטוס פראפעסאר אין דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. זיין עיקר פעלד פון פארשונג איז שפיל טעאריע. ער איז אויך אן אמעריקאנער בירגער און א מיטגליד פון דער נאציאנאלער אקאדעמיע פון וויסנשאפטן אין די פאראייניקטע שטאטן.

Users also searched:

...