Топ-100
Back

ⓘ אינטערנעט עקספלארער. Internet Explorer איז א וועב בלעטערער אנטוויקלט פון Microsoft געזעלשאפט וואס קומט היינט מיט דער Windows אפערירן סיסטעם. אין אנפאנג האבן מיי ..




אינטערנעט עקספלארער
                                     

ⓘ אינטערנעט עקספלארער

Internet Explorer איז א וועב בלעטערער אנטוויקלט פון Microsoft געזעלשאפט וואס קומט היינט מיט דער Windows אפערירן סיסטעם.

אין אנפאנג האבן מייקראסאפט פראדוצירט דעם בלעטערער באזונדער, און נאר אין תשרי התשנ"ח ; אקטאבער 1997 האבן זיי דאס איינגעבויט אין דער Windows אפערירן סיסטעם. ביז 1997 איז דער Netscape בלעטערער געווען מער פאפולער ווי דער אינטערנעט עקספלארער. דאס איז שפעטער געווען דער גרונד אין א רעגירונג אנטי־צוטרוי אנטקעגען Microsoft. פון 1999 איז אינטערנעט עקספלארער געווארן דער פאפולערסטער בלעטערער.

די פריערדיגע ווערסיע איז געווען Internet Explorer 7 וואס איז מיטגעקומען מיט דער Windows Vista, מקען עס אראפלאדירן באזונדער אומזיסט. די היינטיגע ווערסיע איז Internet Explorer 9.

די מעלות

  • סהאט א שענערע אויסזע ווי די פריערדיקע.
  • מדארף שוין נישט עפענן א נייע פענסטער - מקען אויך זען אויף איינמאל אלע טאבס אפן
  • מקען אויסשטעלן וויפל זוכמאשינען מוויל, סזאל אלעמאל זיין אויבן אויף דער רעכטער זייט אין געצייגבאר
  • סהאט די rss feed
  • מקען אריינזומען דורכן טולבאר פון אונטן, ביז ווי סאך מוויל.
  • סהאט די פישינג פראגראם - וואס קוקט צו סאיז א זיכער זייטל.
                                     

1. אינטערנעט עקספּלאָרער אַנטקעגן Firefox

אינטערנעט עקספּלאָרער האט 80 פראצענט פונעם מארק לויט אירע אייגענע סטאטיסטיק.