Топ-100
Back

ⓘ פוס מיליטער איז א וויכטיגע קארפוס ביי די ארמייען און די ערשטע קארפוס וואס די פעלקער האבן באשאפן זינט דאס שטיינעלטער. דער פוס מיליטער פירט מלחמה מיט זיין פיינט א ..




פוס מיליטער
                                     

ⓘ פוס מיליטער

פוס מיליטער איז א וויכטיגע קארפוס ביי די ארמייען און די ערשטע קארפוס וואס די פעלקער האבן באשאפן זינט דאס שטיינעלטער.

דער פוס מיליטער פירט מלחמה מיט זיין פיינט אויף דער ערד מיט געווער זייענדיק באפעסט אנגעפאנצערט. פארצייטנס זיינען די געווער געווען פון בויגנס פיילן, שפיזן און שווערדן, היינטיקע מאדערנע געווער זיינען די שיסערס און וווּנדערלעכע אויטאמאטישע מאשין געווער.

זייט דעם סוף פונעם צווייטן וועלט קריג איז דער פוס מיליטער געווארן א קלענערער טייל פון די ארמייען אין דער מערב וועלט, געוויינלעך צווישן 10% און 30% פון די סאלדאטן אין דער ארמיי. דאס איז אסאך ווינציקער ווי פארן קריג. צום ביישפיל, אין דער אמעריקאנער ארמיי אין 2009 זענען געווען נאר 49.000 פוס זעלנער פון אומגעפער 450.000 טעטיקע זעלנער.

                                     

1. דער פוס מיליטער קארפוס אין ישראל

די סאלדאטן לערנען זיך פראקטיק 6.5 מאנאטן ביז זיי מעגן גיין מלחמה האלטן אויפן שלאכטפעלד.

בריגאדעס סאלדאט־אפטייל אין מדינת ישראל:

  • גולני בריגאדע
  • הנח"ל בריגאדע
  • גבעתי בריגאדע
  • נחל החרדי
  • הצנחנים בריגאדע פאל-שירם
  • 900 בריגאדע