Топ-100
Back

ⓘ מעשה בראשית. לויט דער זוהר און די אנגענומע דעה ביי די יידישע אמונה איז אז גאט האט באשאפן די וועלט יש מאין. אבער לויט ווי סזעט אויס אין אנפאנג פון ספר בראשית האט ..




מעשה בראשית
                                     

ⓘ מעשה בראשית

לויט דער זוהר און די אנגענומע דעה ביי די יידישע אמונה איז אז גאט האט באשאפן די וועלט "יש מאין". אבער לויט ווי סזעט אויס אין אנפאנג פון ספר בראשית האט גאט באשאפן די וועלט "יש מיש", אבער סזיינען דא פיל פירושים לכאן ולכאן.

                                     

1. די בבלישע מיטאס "הענומע העליש"

די מיטאס דערציילט אז די וועלט איז באשאפן געווארן נאך די געשיכטע: פאר די בריאה זיינען געוועזן צוויי געצינער: דער גאט פון די זיסע וואסער "אפסו" און דער גאט פון די געזאלצענע וואסער "טימאס". זיי האבן געבארן דער גאט "אנשר" און פון אנשר זיינען ארויס נאך געצינער. אין א צייט ארום האבן "אפסו" מיט "טיאמס" געוואלט הרגענען אלע אנדערע געצינער ווייל זיי האבן געשטערט זייער רוהע. א צייט ארום האט דער גאט "אאה" איינגעשלעפערט "אפסו" און האט אים באלד געהרגעט. נאכער איז "מרדוך"ס ארמיי ארויס א מלחמה קעגן "טימאס" ארמיי, און מרדוך האט געווונען די מלחמה. גלייך נאך די מלחמה האט מרדוך מחליט געווען צו באשאפן די וועלט, האט ער צושניטן "טימאס" קערפער אויף צווייען, מיט איין טייל האט ער באשאפן די הימל און מיטן צווייטן טייל האט ער באשאפן די וועלט און באשטימט די זון/לבנה/שטערן אלץ געצינער. נאכער האבן די געניצער באשאפן דער מענטש פון א דינסט פון "טימאס" מיטן נאמען "קינגא". צום סוף האבן די אלע געניצער געמאכט א גרויסע פארטיי אויף זייער געווין.

אין אנפאנג ספר בראשית קען מען זען ווי די תורה איז מבטל די בבלישע מיטאס און אויך די פרסישע מיטאס פון קראקאדיל וְחֹשֶׁךְ, עַל-פְּנֵי תְהוֹם. וַיִּבְרָא אֱלֹהִים, אֶת-הַתַּנִּינִם הַגְּדֹלִים בראשית א. גאט האט באשאפן דעם תהום און דער תהום איז נישט קיין גאט. לויט די תנכישע פארשער טרעפט מען אין אנדערע פלעצער אין תנ"ך אמונות פון די אלטע באווסטע מיטאסן פון די קריג צווישן גאט מיט די וואסער אדער מיטן קראקאדיל. הֲלוֹא אַתְּ-הִיא הַמַּחְצֶבֶת רַהַב, מְחוֹלֶלֶת תַּנִּין הֲלוֹא אַתְּ-הִיא הַמַּחֲרֶבֶת יָם, מֵי תְּהוֹם רַבָּה ישעיהו נא

                                               

הויפט זייט/כ"ט אלול

התקמ"ט - געבוירן רבי מנחם מענדל שניאורסאן דער צמח צדק דער דריטער דור פון חב"ד נפטר התרכ"ו התרע"ו - נפטר געווארן רבי אליעזר חיים דייטש פון באניהאד, מחבר פון "תבואות השדה" דער לעצטער טאג פון יאר בריאת העולם- דער פינפטער טאג פון מעשה בראשית לויט רבי אליעזר התש"ב - נפטר געווארן הלל צייטלין, יידישער שרייבער אין ווארשע התשע"א - נפטר געווארן הרב מנשה קליין, אונגווארער רב