Топ-100
Back

ⓘ טעאלאגיע ..




                                               

התגרות באומות

                                               

נשמה

נשמה איז טייטש אטעם, אבער עס איז נישט קיין פיזישער גליד אדער ארגאן אינעם מענטש. עס איז א ספריטואלער באשטאנדטייל. שבת קודש ווייסן מיר, באקומט יעדער איד ווער סאיז זוכה א נשמה יתירה. וואס דאס איז גענוי, איז אומבאוואוסט, פינקט ווי די דער ארגינלעע נשמה איז פארהוילן, איז די נשמה יתירה אויך פארהוילן.

                                               

פאליטעיזם

פאליטעיזם איז די גלויבונג אין א סך אפגעטער, אנדערש ווי מאנאטעיזם, די גלויבונג אין איין גאט. די רעליגיעס וואס גלייבן אין פאליטעיזם זענען פאליטעיסטישע רעליגיעס. איינער וואס גלייבט אין דעם איז א פאליטעיסט. אמאליגע צייטן האבן פיל פעלקער פון דער וועלט געגלייבט אין פאליטעיזם, ווי למשל, אוראלט עגיפטן, אוראלט גריכנלאנד און אוראלט רוים. די רעליגיעס האבן א מיטאלאגיע וועגן זייערע אפגעטער. ווען אברהם אבינו האט געמאלדן אז סאיז נישט דא מער ווי איין גאט, האט מען אים געוואלט הרגענען. היינטיקע רעליגיעס וואס גלייבן אין פאליטעיזם זענען שינטאאיזם, טאאיזם און הינדואיזם.