Топ-100
Back

ⓘ טוביה ווייס. הרב יצחק טוביה ווייס איז דער גאבד פון דער עדה החרדית אין ירושלים. ער איז געוועזן יארן לאנג אין בית דין פון דער חרדישער קהילה מחזיקי הדת אין אנטווער ..




טוביה ווייס
                                     

ⓘ טוביה ווייס

הרב יצחק טוביה ווייס איז דער גאב"ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים.

ער איז געוועזן יארן לאנג אין בית דין פון דער חרדישער קהילה "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן. סוף האט מען אים גענומען קיין ירושלים נאכדעם וואס די ארונים מיט תולדות אברהם יצחק האבן געקעמפט קעגן רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן, און צוזאמען מיט דושינסקי דעפוטאטן וואס זענען משפחה מיט רבי טוביה איז ער געווען דער אלטערנאטיווער קאנדידאט וואס האט געוואונען די אפשטימונג אין עדה החרדית הנהלה צו קרוינען פאר ירושלים רב.

                                     

1. ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן תרפ"ו אין דער שטאט פעזינג, סלאוואקיי, פאר דער צווייטער וועלט מלחמה צו זיינע עלטערן הרב שלמה ווייס און זיין ווייב ריקל.

ער איז געקומען קיין לאנדאן פאר דער מלחמה און געווארן א תלמיד פון רבי משה שניידער אין זיין ישיבה תורת אמת אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט די ברידער רבי משה און רבי אליהו שטערנבוך וואס איז געווען ראב"ד מחזיקי הדת, אנטווערפן. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם גייטסהעדער כולל ביי רבי אליהו דעסלער; ווען רבי דעסלער איז אריבער צו פאנאוועזש, איז רבי ווייס געווארן ראש כולל אין זיין ארט.

אין תשכ"ז איז ער געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת עץ חיים ווילרייק אסאך יארן, און געווארן רב אין גערער שטיבל אין אנטווערפן. שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין פון דער דארטיגער מחזיקי הדת קהילה אונטערן רבנות פון הרב חיים קרייסווירטה. ער איז נישט געווארן אנטווערפענער רב נאר ארויף קיין ירושלים.

דער רב איז באהאוונט אין זיבן שפראכן: יידיש, ענגליש, לשון הקודש און העברעאיש, דייטש, פלעמיש, אונגאריש און טשעכיש.

נאך זיין וויבס פטירה האט ער געהייראט בזיווג שני רייזל, די אלמנה פון אוריאל צימער.

דערנאך האט ער געהייראט בזיווג שלישי גאלדא שפרה תרצ״ו - ט״ו כסלו תש״פ, די אלמנה פון הרבני וואלף בער לעבאווויטש א טאכטער פון הרב בנימין חיים פעלדמאן פון סיגעיט,‏ ער איז געווארן א שוואגער פון הרב מייזליש דער סיגעיטער רב.

דער פשעווארסקער רבי ר יעקב לייזער האט אמאל אין מיטן א שיעור פון פרקי אבות געזאגט פשט אין דער משנה ״כל הבורח מהכבוד הכבוד בורח אחריו״ מיינט אזא יוד ווי אונזער דיין רבי טוביה וואס איז בורח מכבוד וסוף הכבוד לבוא, און שפעטער איז דאס טאקע מקוים געווארן ווען ער איז געווארן דער גאב"ד עדה החרדית.

אין ארץ ישראל ביי פארשידענע חילוקי דעות אין הלכה, האט מען געזען אז אים קען מען נישט רוקן, אבער מיט פיל חכמה קיינמאל קיינעם נישט באליידיגט קיינעם נישט פערזענליך אבער שטארק מיט זיין מיינונג ווי אן אלטער פאררצייטישער רב, ער האט זיך נישט צוריק געהאלטן אנצופרעגן הרב וואזנער זיין מיינונג צי ער איז גערעכט צי נישט מיט פיל ענווה און אמת.

אויך ביי דער סאטמאר מחלוקה האט ער זיכער געמאכט לגבי דער שאלה אין בני ברק אז סזאל קומען צו א רבנישן בית דין, וואו ער האט ממנה געווען הרב נפתלי פרענקל פון דער עדה החרדית אלס ראש בית דין.

ספר רבנו הגדול אמרו

די תלמידים פון דעם רב האבן ארויסגעגבן א שיין ספר אלע זיינע מעשיות וואס ער פארציילט פון זיין יוגנט און פון זיינע רביס וואס איז פארכאפט געווארן צווישן טויזנעטר יודן, מעשיות מיט זייער א ארגינעלן טעם.

קופת הגאב"ד

אין ניו יארק און לאנדאן האבן די מקורבים פון דעם רב מייסד געווען א קופת צדקה פון וואס דער רב טיילט אויס טויזנטער דאלער פאר עניי ירושלים פאר די ימים טובים. די קופה האט א וועד הרבנים, צווישן זיי הרב חיים פלאהר ראש כולל זכרון מנחם, הרב טורדוס זילבער יאווזשנער רב, הרב מאיר יודא טענענבוים טשאטא רב, וואס זיי שטעלן צוזאם דאס געלט, ווי אויך רופט די רב פערזענדלך נגידים פון איבער די וועלט צו העלפען די קאסע, און די רב פערזענדליך שטייט און שפיץ פון די ליסטע זיכער מאכען אז אלע תלמידי חכמים אין שטאט באקומען בדרך כבוד פאר יום טוב.

                                     

2. נשיאות שומרי החומות

כולל שומרי החומות דער אונגארישער כולל האט נאר געהאט נשיאים פון חוץ לארץ. די לעצטע יארן האט מען ממנה געווען צוויי רבנים אויך פון ארץ הקודש דאס איז דעם הרב ווייס צוזאמען מיט הרב שמואל וואזנער זצ"ל; נאך זיין פטירה איז געבליבן נאר הרב ווייס צו זאמען מיט די נשיאים פון חוץ לארץ.

                                     
  • די טעג ווען י ד תמוז קען געפאלן: ה תשס ג - הרב יצחק טוביה ווייס הייבט אן דינען אלס גאב ד ירושלים ה תשמ ז - הרב יעקב יצחק הלוי רודערמאן, ראש ישיבה פון
  • דא ס װא רט קען זיך װײ טער צעטײלן צו עטלעכע בא דײ טן: יצחק קוליץ יצחק טוביה ווייס
  • 1953 - 1979 הרב יצחק יעקב ווייס 1979 - 1989 הרב משה אריה פריינד 1989 - 1996 הרב ישראל משה דושינסקיא 1996 - 2003 הרב יצחק טוביה ווייס 2003 - היינטיגער הרב
  • איד האט איבערגענומען צו זיין דער רעדאקטאר. זיין אלמנה האט געהייראט בזיווג שני הרב יצחק טוביה ווייס פון אנטווערפן היינט גאב ד פון דער עדה החרדית
  • פערזענליכקייטן וועלכע האבן מרביץ תורה געווען אין ישיבת עץ חיים איז הרב יצחק טוביה ווייס רב פון עדה החרדית אין ירושלים. די ישיבה געפינט זיך אינעם שטילן געגנט
  • און זונטיג האט מען אים אריבערגעפירט אין ירושלים, וואו דער אב ד הרב טוביה ווייס און רב שיינין, ראש ישיבה פון דער קאמעניצער ישיבה, האבן אים מספיד געווען
  • אפרים פאדווא, היינטיגער אב ד פון התאחדות קהלות החרדים זייט תש ס הרב טוביה ווייס גאב ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים רבי משה שמואל ראטענבערג, קאסאנער
  • לייביש ל איז געבוירן אין צאנז אין יאר ה תרמ א, צו זיין פאטער פון הרב יצחק טוביה רובין, פון צאנז, א זון פון הרב מאיר רובין, פון גלאגאוו, א זון פון הרב מנחם
  • רויזא, די ווייב פון הרב בן - ציון הורוויץ ה תרכ ה - ה ת ש א זון פון הרב טוביה הורוויץ, רב אין שענדישאוו. הרב צבי אריה רובין הי ד - ט ו סיון ה תש ד
  • פון אלעקסאנדער רבי ן פון בארא פארק ר חיים בן ציון איידעם פון ר יצחק טוביה רובין א זון פון ציעשינאווער רבי ן ר יעקב יצחק שטערנבוך זון פון ר אשר
  • תורת אמת אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט רבי טוביה ווייס אב בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים. אויך האט ער געלערנט אין דער
  • ה תרמ ו - י סיון ה תרצ ג אומגעפער רב אין שענדישאוו, א זון פון רבי טוביה הורוויץ, רב אין שענדישאוו. מרת ברכה, די ווייב פון רבי דוד טייטלבוים פון

Users also searched:

...