Топ-100
Back

ⓘ יעקב אריה אלטער. ער איז געבוירן געווארן אין לאדזש, פוילן, כט אייר התרצט, קורץ פארן אנהייב פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, דאס יונגסטע קינד פֿון זיין פֿאטער בעל לב ..




יעקב אריה אלטער
                                     

ⓘ יעקב אריה אלטער

ער איז געבוירן געווארן אין לאדזש, פוילן, כ"ט אייר התרצ"ט, קורץ פארן אנהייב פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, דאס יונגסטע קינד פֿון זיין פֿאטער בעל "לב שמחה", און פון זיין מוטער מרת יוטא הענא, די טאכטער פון רבי נחמיה אלטער. אין יאר הת"ש איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל. אין זיינע קינדערישע יארן האט ער געלערנט אין דעם עץ חיים חדר אין ירושלים. אין יאר התש"ח איז ער געפארן מיט זיינע עלטערן קיין אייראפע; עטלעכע יאר האבן זיי געוואוינט אין פראנקרייך.

ווען עס איז געקומען די צייט האט ער חתונה געהאט מיט מרת שושנה, טאכטער פון רבי מענדל ווייץ, וועלכער האט געדינט אלס מגיד שיעור אין דער גערער ישיבה שפת אמת און נאכדעם אלס ראש ישיבה פון חידושי הרי"מ. נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין בני ברק, דארט וואו ער האט געוואוינט ביז זיין אפעראציע אין התשע"ב. זייט דעמאלסט וואוינט ער אין ירושלים.

ער איז א שטילער, א גרויסער תלמיד חכם און א בעל מחנך. ער איז א גרויסער עושר פֿון אומבאוועגלעכע גיטער.

ער האט איבערגענומען די שרביט הנהגה פֿון זיין פֿעטער רבי פינחס מנחם אלטער, באקאנט אלס "פני מנחם", אין תשנ"ו. ווען ער איז געווארן רבי און ער האט נאך געוואוינט אין בני ברק פלעג ער אויף ימים טובים און שבתים פון נסיעות וויילן אין ירושלים מיט זיינע חסידים.

ווען ער איז געווארן גערער רבי האט ער געהייסן בויען דעם גרויסן בית מדרש לעבן דער גאולה געגנט פֿון ירושלים. במשך די יארן האט געוואקסן די צאל פון חסידים און דער גרויסער בית מדרש איז געווארן צו קליין פארן עולם. אין תשע״ז האט מען אנגעהויבן בויען א גאנץ פארגרעסערטן בית מדרש אויף ירמיהו גאס.

ער האט אויך פֿאראייניגט די גערער חדרים אין ירושלים אין איין גרויסער תלמוד־תורה וואס געפֿינט זיך אויף ירמיהו גאס נאנט צום הויפט בית מדרש.

עס זענען עטלעכע גורס שולעס אין תל אביב און חיפה.

                                     

1. קינדער

  • רבי שלמה צבי, דער ראש הכוללים פון גער. ער האט אויפגעשטעלט א ארגאניזאציע וואס העלפט אלמנות און יתומים.
  • רבי דוד, אן איידעם פון רבי קלמן ביין.
  • מרת חוה, די ווייב פון רבי חיים יהושע שור שארר פון בני ברק, אן אייניקל פון רבי גדליה שארר.
  • מרת חיה ראדא יהודית, די ווייב פון רבי אברהם שמואל ראנד פון בני ברק.
  • רבי ישראל מנחם, ראש כוללי הלכה אין בני ברק. איידעם פון רבי עזריאל מאיר אייגער, א זון פונעם פריערדיגן לובלינער רבי, רבי אברהם.
  • מרת רבקה רחל, די ווייב פון רבי שמעון ראטשטיין פון בני ברק, א זון פון רבי נחום ראטשטיין, דער ראש ישיבה פון "נזר התורה". רבי שמעון אויכעט זאמלט אן די תורות פון זיין שווער.
  • רבי אברהם מרדכי, איידעם פון רבי אהרן נח יאסקאוויטש, אן אייניקל פונעם "אמרי אמת".
  • מרת אסתר גליקע, די ווייב פון רבי אברהם העניך זילבערשטיין וועלכער דינט אלס ראש כולל פון גערער חסידים אין פתח תקווה.
  • רבי נחמיה, וואוינט אין אשדוד און פירט אן די ישיבה אונטערן נאמען "האחים חנצינסקי" די כענטשיסקי ברידער דארט. ער איז אויכעט א מיטגליד פון דער אדמיניסטראציע פונעם וועלטליכן הויפט צענטער פון די גערער חסידים אין ירושלים.
                                     
  • מנחם רבי פינחס מנחם אלטער האט געהאט זעקס זון און איין טאכטער: רבי יעקב מאיר אלטער משה בצלאל אלטער תשי ד - תש ך רבי שאול אלטער געוועזענער ראש ישיבה
  • רבי יהודה אריה לייב אלטער א אייר ה תר ז 1847 - ה שבט, ה תרס ה 1905 איז געווען גערעררבי, און דער מחבר פון די ספרים שפת אמת עה ת און אויך חידושים אויף
  • ー ריטשארד פיינמאן, אמעריקאנער פיזיקער נפטר ה תשמ ח ה תרצ ט ー רבי יעקב אריה אלטער גערער רבי ה תשמ ז ー ניקיטא ניקי פאלי, א טלעט, זעקס מאל דער ישראלדיקער
  • גערער רבי פון תשל ז ביז תשנ ב לב שמחה רבי פינחס מנחם אלטער גערער רבי פון תשנ ב ביז תשנ ו פני מנחם רבי יעקב אריה אלטער היינטיקער גערער רבי
  • איינציגער זון פ ונעם לב שמחה דער הײ נטיגער גערער רבי שליט א, הר ר יעקב אריה אלטער אין אלול תרצ ד האט ער זיך באזעצט אין ארץ ישראל. ער איז געבליבן דארט
  • יעקב אריה גוטערמאן פון ראדזימין ה תקנ ב - י ח תמוז ה תרל ד, 1874 איז געווען פון די פראמינענטע רביס אין פוילן אין די אנהייב ת ר יארן. רבי יעקב אריה איז
  • שמחת יום טוב ה תקע ג - רבי אהרן אריה לייב פון פרעמישלאן, דער טאטע פון ר מאיר ל פרעמישלאנער געב ה ת ק ה תש א - הרב יעקב יחזקיהו גרינוואלד רב אין פאפא
  • געווארן ח אב תרל ה צו זיין פאטער רבי יהודה אריה לייב אלטער דער שפת אמת אן אייניקל פון רבי יצחק מאיר אלטער דער ערשטער גערער רבי, און צו זיין מוטער יוכבד
  • טוב ה תקע ג - רבי אהרן אריה לייב פון פרעמישלאן, דער טאטע פון ר מאיר ל פרעמישלאנער געב ה ת ק ה תש א שנה פשוטה - הרב יעקב יחזקיהו גרינוואלד רב אין
  • טויזנט פרויען אין דער ווייבער שול גאלעריע. דער היינטיגער רבי הייסט רבי יעקב אריה אלטער זיי זענען באקאנט אלס שארפזיניקע חברה לייט, און א פ געשיידטע פון זייערע

Users also searched:

...