Топ-100
Back

ⓘ נתן זהבי איז א זשורנאליסט, פובליציסט, בראָדקאַסטער אין דער 103 FM ראַדיאָ סטאנציע, א ישראלדיקער אקטיאר און פילם פּראָדוצירער און געווינער פון די סאָקאָלאָוו פרי ..




נתן זהבי
                                     

ⓘ נתן זהבי

נתן זהבי איז א זשורנאליסט, פובליציסט, בראָדקאַסטער אין דער 103 FM ראַדיאָ סטאנציע, א ישראלדיקער אקטיאר און פילם פּראָדוצירער און געווינער פון די "סאָקאָלאָוו פרייז".

זהבי איז געבוירן געווארן און אויפגעוואקסן אין תל אביב, דער זון פון יעקב און שרה זהבי און דער יינגערער ברודער פון רעדאקטאר און ליטעראַטור קריטיקער אַלעקס זהבי און געלערנטער אבינועם זהבי. די פאמיליע האט געטוישט איר נאמען פון גאלדוויץ ווען זיי האבן אימיגרירט אין ארץ ישראל. זיין פאטער, יעקב זהבי 1903-2005 האָט אימיגרירט קיין ארץ ישראל אין 1926, צום סוף פון דער פערטער עליה. די רעשט פון דעם פאטערס משפּחה זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע. זהבי האט געלערנט אין העל נעבאר שולע. ער האט געענדיקט בלויז אַכט יאָר פון שולע.

נתן זהבי איז באַוווסט ווי אַ ראַדיאָ מענטש. אבער ער האט די מעלה אז ער רעספעקטירט תלמידי חכמים און קומט אויך חנוכה צו ווערן געבענטשט און שמועסן מיט הרב מרדכי אליהו, כאטש ער איז אנדערש פון אים אין זײַנע מיינונגען.

Users also searched:

...