Топ-100
Back

ⓘ כפר יונה איז א שטאט אין דעם שרון דיסטריקט, נישט ווייט פון נתניה, אין ישראל. כפר יונה האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאָט אין 2014. כפר יונה איז א שטילע רואיגע גע ..




כפר יונה
                                     

ⓘ כפר יונה

כפר יונה איז א שטאט אין דעם שרון דיסטריקט, נישט ווייט פון נתניה, אין ישראל. כפר יונה האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאָט אין 2014.

כפר יונה איז א שטילע רואיגע געגנט, ארומגענומען מיט שיינע בלומען. איר הויפט איינקונפט איז פון פארקויפן מאראנצן.

אין 2019 האבן דארטן געוואוינט בערך 24.778 איינוואוינער.

כפר יונה איז געגרינדעט געווארן ט״ו בשבט, יאנואר 23, 1932, דורך א איד מאריס פישער, און ער האט נאמען געגעבן פאר דער זידלונג כפר יונה, נאך זיין טאטע, יונה פישער. אריגינעל האט מען גערופן דעם געגנט גן יונה.

אין 1948 ביי דער מלחמה צווישן מדינת ישראל מיט די אראבער, איז כפר יונה געווען אויף די פראנט ליניעס, און די ישראלישע מיליטער האט זיך דארטן פארמאסטן קעגן דער איראקער מיליטער, וואס האט געזוכט אנצוקומען קיין נתניה.