Топ-100
Back

ⓘ קריסטאפער קאלאמבוס. אין די צייטן פונעם מיטל אלטער האט מען נישט בכלל געוואסט פונעם אמעריקאנער קאנטינענט, מען האט געמיינט אז נאך יוראפ גייט דער אטליאנטישער אקען א ..




קריסטאפער קאלאמבוס
                                     

ⓘ קריסטאפער קאלאמבוס

אין די צייטן פונעם מיטל אלטער האט מען נישט בכלל געוואסט פונעם אמעריקאנער קאנטינענט, מען האט געמיינט אז נאך יוראפ גייט דער אטליאנטישער אקען ארום דער האלבער וועלט ביז עס טרעפט זיך ווידער צוזאם מיטן פאסיפיק אוקען, דאס איז געווען געבויעט אויך די שיטה אז די וועלט איז גראד. עס איז געווען א גרויסער שפאנישער מאטראס וואס האט געהייסן קריסטאפער קאלאמבוס ער האט געהאלטן אז אויב פארט מען לאנג אויפן אטלאנטישער אוקען קומט מען אהן קיין אינדיע, ער האט געפוילט ביים שפאנישן קעניגן אויב מען גיט איהם איבער א גרויסן שיף מיט געלד און מענטשן וועט ער מאכן א נסיעה און דערמיט פארקורצן דעם וועג קיין אינדיע, ער האט אויפגעוויזען אז דאס וועט הייבן דער עקספארט-אינפארט פון איבעראל, און שפאניע וואס איז דאן געווען א וועלט מאכט וועט דערפון שטארק בענעפיטירן.

נאך א לאנגע נסיעה איז ער אנגעקומען צו דער טרוקעניש, ער האט דארט געטראפן אסאך אומצוויליזירטע מענטשן, ער מיט זיינע מענטשן האבן געמיינט אז זיי האבן אנטדעקט א קורצן וועג קיין אינדיע, דערפאר האט ער גערופן די מענטשן" אינדיאנער. ווען ער איז אנגעקומען איז געווען אין יאהר 1492, צו די אינזלען פון די פאראיינגיטע שטאטן,

צווישן 1492 און 1503 האט קאלאבוס אנגעריכטעט פיר נסיעות צווישן שפאניע און אמעריקע. דאס איז געווען דער אנהייב פון אייראפעישער אויספארשונג און קאלאניזאציע פון די אמעריקאנער קאנטינענטן. קאלאמבוס האט שטענדיג געטענהט אז די לענדער וואו ער איז אהינגעקומען זענען אין אזיע. אפשר וועגן דעם האט מען א נאמען געגעבן דעם נייעם קאנטינענט נישט נאך קאלאמבוס, וואס האט אים אנטפלעקט, נאר נאך אמעריגא וועספוטשי.

די צווייטע נסיעה איז ארויסגעפארן דעם 24סטן סעפטעמבער 1493 פון קאדיז מיט 17 שיפן. די נסיעה האט זיך אפגעשטעלט אונטערוועגס אין די קאנארישע אינזלען. ווערנט דער צווייטער נסיעה האבן זיי אנטפלעקט דזשאמייקע און פארטא ריקא.

דעם 30סטן מיי 1498 איז קאלאמבוס ארויס אויף זיין דריטער נסיעה מיט זעקס שיפן, ווען ער האט אנטפלעקט טרינידאד, אן אינזל נישט ווייט פון ווענעזועלע. קאלאמבוס האט באמערקט א שטראם פון פרישוואסער וואס דערגרייכט דעם אקעאן פון דער ארינאקא טייך, און ער האט געדארפט פארשטיין אז ער איז נאענט צו א גרויסער יבשה. אבער אזוי ווי ער האט געגלייבט אז אין דעם דרום האלבקיילעך איז נישט פאראן נאך א קאנטינענט איז ער געפארן קיין צפון, און ער האט פארשפילט אנטפלעקן דרום אמעריקע.

קאלאמבוס האט זיך פארשאפט אסאך שונאים, אסאך פון די שפאנישע אדל לייט און הערן האבן נישט געקענט אראפ שלינגען אז ער האט אויסגעטראפן אזא גרויסע ערפינדונג ווי א נייער קאנטינענט, עס ווערט פארציילט איינמאל איז ער געזעסן מיטן קעניג און זיינע הערן, און איינער האט זיך אנגערופן איך פארשטיי נישט וואס איז דער גרויסער קונץ פון קאלאמבוס, ער האט סך הכל גענומען א שיף מיט מענטשן געפארן און געפארן ביז ער איז געקומען צו א אינזל, טא וואס רעשט מען מיט אים?, קאלאמבוס האט גענומען א רינדיגער איי און געפרעגט ווען קען מאכן די איי זאל שטיין גראד, יעדער פון די אנוועזנדע האט פרובירט צו מאכן שטיין די איי גראד, עס איז אבער אייביג געפאלן אויף דער זייט, ביז קאלאמבוס האט גענומען די איי, געגעבן א זעץ דערויף, די איי האט זיך צובראכן, און עס איז געבליבן שטיין, זאגן זיי נו וואס איז די קונץ האסט עס צובראכן שטייט עס, זאגט ער איך האב נישט געזאגט אז עס איז א קונץ, איך האב עס אבער אין פאקט געטון, און נישט איר. די זעלבע מיט אמעריקא איך האב עס געטון.

צו סוף האט מען אים געמסורט פארן קעניג, ער איז געשטארבען אין תפיסה, מען האט אים באשולדיגט אלס א שפיאן.

                                     

1. שפּעקולאַציעס

עטלעכע האַלטען אַז קאָלומבוסס אַרױסװאַנדערן פֿון שפּאַניע און נאַװיגירן די וועלט אין יאָר רנ"ב האט גאָט ספּעציעל צוגעשטעלט אַ פֿרישע פּליטה פֿאַר די ײִדן.

                                     
  • קא לענדא ר. 4טן יאנואר - קריסטאפער קאלאמבוס פארלאזט די נייע וועלט און מיט דעם פ ארענדיגט ער זיין ערשטע נסיעה. 15טן מערץ - קריסטאפער קאלאמבוס קומט צוריק פון זיין
  • שפאניע. 3טן אויגוסט קריסטאפער קאלאמבוס הייבט אן זיין רייזע אין וואס ער איז אנגעקומען אין אמעריקע. 12טן אקטאבער קריסטאפער קאלאמבוס אנטפלעקט אמעריקע. 28סטן
  • מערב האלבקיילעך ווערט קריסטאפער קאלאמבוס דער ערשטער אייראפעאישער אנצוקומען אינעם אינזל טרינידאד. 1טן אויגוסט - קריסטאפער קאלאמבוס אנטפלעקט ווענעזועלע.
  • דא ס װא רט קען זיך װײ טער צעטײלן צו עטלעכע בא דײ טן: דער אויספארשער קריסטאפער קאלאמבוס די שטאט קאלומבוס, אהייא, אין די פאראייניגטע שטאטן דער רעזשיסאר קריס
  • דעצעמבער - זיגמונד דער ערשטער געקרוינט אלס מלך פון פוילן. 20סטן מיי - קריסטאפער קאלאמבוס אויספארשער פון איטאליענישן אפשטאם געב 1451 וויקימעדיע קאמאנס האט
  • קאלענדאר. אלע דאטעס דא זענען לויטן יוליאנישן קא לענדא ר. 10טן מיי - קריסטאפער קאלאמבוס אנטפלעקט די קיימאן אינזלען. 10טן מערץ פערדינאנד דער ערשטער, קייסער
  • לא נאווידאד שפאניש: La Navidad איז געווען א יישוב וואס קריסטאפער קאלאמבוס און זיינע מענער האבן אויפגעשטעלט אינעם לאנד וואס איז היינט האיטי אין 1492.
  • פארטוגעזישע אויספארשער קומען א ן קיין ריא דע זשאנערא, בראזיל. 11טן מיי - קריסטאפער קאלאמבוס לאזט זיך ארויס פון שפאניע צו זיין פערטער און לעצטער נסיעה צו דער נייער
  • גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 42 טעג. 1493 - קריסטאפער קאלאמבוס טרעט ארויף אויפן אינזל פארטא - ריקא. 1943 - חורבן אייראפע: די נאציס
  • גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 58 טעג. 1493 - קריסטאפער קאלאמבוס אנטפלעקט די גוואדעלופ אינזלען. 1903 - פאנאמא ווערט אומאפהענגיק פון
  • גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 150 טעג. 1492 - קריסטאפער קאלאמבוס הייבט אן זיין רייזע אין וואס ער איז אנגעקומען אין אמעריקע 1914 - דייטשלאנד
  • געש 1981 1954 - דעיוויד פעטערסאן, גובערנאטאר פון ניו יארק 1506 - קריסטאפער קאלאמבוס אויספארשער פון איטאליענישן אפשטאם געב 1451 מזרח טימאר - נאציאנאלער

Users also searched:

...