Топ-100
Back

ⓘ הומאניסטישע יידישקייט. הומאַניסטישע ייִדישקייַט איז אַ ייִדישע שטרעמונג‏ וואָס נאַרײַעט אַ ניט־טעיִסטישע אָלטערנאַטיוו פֿאַרן הייַנטצייַטיקן ייִדישן לעבן. עס דע ..




הומאניסטישע יידישקייט
                                     

ⓘ הומאניסטישע יידישקייט

הומאַניסטישע ייִדישקייַט איז אַ ייִדישע שטרעמונג‏ וואָס נאַרײַעט אַ ניט־טעיִסטישע אָלטערנאַטיוו פֿאַרן הייַנטצייַטיקן ייִדישן לעבן. עס דעפֿינירט די ייִדישקייט ווי די קולטורעלע און היסטאָרישע דערפֿאַרונג‏ פֿונעם ייִדישן פאָלק. עס מוטיקט הומאַניסטישע און וועלטלעכע ייִדן צו ריכטן זייער ייִדישע אידענטיטעט דורך באַטײליקונג אין ייִדישע יום־טובֿים און אַריבערגײנדיקע מינהגים מיט אינספּירירנדיקע צערעמאָניעס װאָס מאַכן נוצן, אָבער גיין ווייַטער, פֿון דער טראדיציאנעלער ליטעראַטור. זייַן פֿילאָסאָפֿישער יסוד איז כּולל די פֿאָלגנדיקע געדאַנקען:

  • די עטיק און מאָראַליטעט זאָלן העלפֿן צו די באַדאַרפֿן פֿונעם מענטש, און ברירות זאָלן זיך באַזירן אויף אַ באַטראַכטונג פון די נאָכװירקן פון טוּונגען אַנשטאָט צו פֿאָרױסבאַשטימעטע חוקים אָדער מצוות;
  • אַ ייִד איז אַ מענטש װאָס אידענטיפיצירט זיך מיט דער געשיכטע, דער קולטור, און דעם עתיד פֿונעם ייִדישן פאָלק;
  • די ייִדישע געשיכטע, ווי אַלע געשיכטעo, איז אַ מענטשישע סאַגע, אַ באַעכטיקונג פֿונעם באַדײַט פֿון מענטשישער מאַכט און מענטשישן אַחריות. תּנכישע און אנדערע טראַדיציאָנעלע טעקסטן זענען פּראָדוקטן פֿון דער טעטיקייט פֿון מענטשן, און מען פֿאַרשטײַט זײ בעסט דורך אַרכעאָלאָגיע און אנדערן װיסנשאַפֿטלעכן אַנאַליז.
  • מענטשן האָבן דאָס יכולת און דאָס אַחריות צו פֿאָרמירן זייער אייגענע לעבן פרייַ פון איבערנאַטירלעכער אויטאָריטעט;
  • די פֿרייַהייט און כּבֿוד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק מוזן גיין האַנט בײַ האַנט מיט די פֿרייַהייט און כּבֿוד פֿון יעדער מענטש.
  • די ייִדישקייַט איז די היסטאָרישע קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, און רעליגיע איז נאָר איין טייל פון דער קולטור;
  • מען אָנהאַלט בעסט אַ ייִדישע אידענטיטעט אין אַ פֿרייַער, פּלוראַליסטישער סבֿיבֿה;