Топ-100
Back

ⓘ ווערוואלף. א ווערוואלף איז אין מיטאלאגיע און פאלקסקונדע פארברייטעטע אָנגעהויערליכע בריה, וואס איז כאראקטירט אלס א מענטש דער פון צייט צו צייט, באזאנדערעס ביים פא ..




ווערוואלף
                                     

ⓘ ווערוואלף

א ווערוואלף איז אין מיטאלאגיע און פאלקסקונדע פארברייטעטע אָנגעהויערליכע בריה, וואס איז כאראקטירט אלס א מענטש דער פון צייט צו צייט, באזאנדערעס ביים פאלע לבנה, צו איינעם וואלף משתנה זיין, אדער צו איינעם האלב-וואלף האלב-מענטש.

ספר חסידים סימן תתתרס"ה שרייבט וואס סדא אזאלעכע זאך ווי א ווערוואלף, וואס קאמט פון בלוט און טרינקט בלוט. אין סימן קע"א דארט משרייבט ויזוי מקען מרפא זיין א קינד וואס איז א ווערוואלף: מדארף אויפהאקן זיין ציין אונד זיין שוואנץ, אונד ער ווירד נארמאל. רבי מנחם ציוני שרייבט אין "ספר ציוני" וואס סדא "וכן איתא במקצת אנשים שנעשים זאבים". רבי אפרים ברבי שמשון, אין זיין פירוש אויף פרשת ויגש, בעהויפטט וואס בנימין איסט געווען איינעם ווערוואלף: "בנימין היה זאב יטרוף וטורף בני אדם לעתים, וכשבא לו העת שנהפך לזאב שנאמר "בנימין זאב יטרף", ובעוד שהיה אצל אביו נשען על הרופא ובאותו זכות לא היה נהפך לזאב, שכך אמר ועזב את אביו ומת, כלומר כשיפרד מאביו יהפך לזאב לעוברי דרכים והיה כל מוצאו יהרגהו." אין "שבחי הבעש"ט" סשטייט וואס דער בעש"ט, ווען ער איז געווען א תשב"ר, האט גהרגעט א "חיה רעה וואס הייסט וואקילאק" מיט א האלצערנע שטעקן.

עס זענען דא א סאך מעשיות וועגן ווערוועלף, צום ביישפיל די אלט-גריכישע געשיכטע פונעם קעניג ליקאון, וואס האט געהרגעט זיין אייגענען זון אונד אלס עונש איז געווארן צו איינעם וואלף. אין א סך מעשהס מקען איין ווערוואלף נאר מיט א זילבערנע וואפע, הויפטליך א זילברענע געשאס.