Топ-100
Back

ⓘ פורים איז א יידישער יום טוב וואס ווערט געפייערט יד אדר, און ביי פארפאנצערנע שטעט וואס זיינען פארפאנצערט נאך פון יהושע בן נוןס צייטן ווערט ער געפייערט טו אדר, דע ..




פורים
                                     

ⓘ פורים

פורים איז א יידישער יום טוב וואס ווערט געפייערט י"ד אדר, און ביי פארפאנצערנע שטעט וואס זיינען פארפאנצערט נאך פון יהושע בן נוןס צייטן ווערט ער געפייערט ט"ו אדר, דער טאג ט"ו אדר הייסט אין דער גאנצער וועלט "שושן פורים".

                                     

1. שטאמונג

צווישן די יארן גת"ד צו גת"ה ווען דאס קעניגרייך פון פרס האט געהערשט איבער אזיע, האט המן, איינער פון די גרויסע מיניסטארן פון קעניג אחשוורוש, געפלאנט צו פארלענדן דאס יידישע פאלק, אבער דורך אסתר המלכה די ווייב פון אחשוורוש און איר שוועסטערקינד מרדכי הצדיק, איז כלל ישראל געראטעוועט געווארן פון דער שווערער גזירה.

                                     

2. מצוות און מנהגים

  • מען פארשטעלט זיך מיט מאסקעס.
  • מען שיקט משלוח מנות
  • מען טרינקט און שיכורט זיך אן "עד דלא ידע".
  • מען טיילט מתנות לאביונים, געלט אדער עסן פאר ארעמעלייט
  • מען ליינט מגילת אסתר ביינאכט און בייטאג און מען קלאפט המןען מיט גראגערס א.ד.ג.
  • מען לייגט צו על הנסים ביים דאווענען און ביים בענטשן צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע נסים.
  • מען עסט המן טאשן
  • מען עסט א פורים סעודה פורים בייטאג
                                     

3. פורים משולש דרייפאכיגער פורים

ווען פורים געפאלט פרייטאג און שושן פורים שבת, האלטן די באפעסטיקע שטעט א דרייפאכיגן פורים, ווייל חז"ל האבן מתקן געווען נישט צו ליינען די מגילה שבת. דער סדר איז אזוי:

  • פרייטאג, י"ד אדר - ליינט מען מגילת אסתר און מען טיילט מתנות לאביונים.
  • שבת, ט"ו אדר - ליינט מען ביי קריאת התורה א ספעציעלן מפטיר, דאס ליינען וואס געהערט צו פורים, און מען זאגט "על הנסים" אין דאווענען און אין בענטשן.
  • זונטאג, ט"ז אדר - מען שיקט משלוח מנות און מען עסט די סעודת פורים.

דער טעם פארוואס מתנות לאביונים איז צוגעטשעפעט צום מגילה ליינען, זאגט די גמרא מסכת מגילה ווייל די ארעמעלייט קוקן אויף דעם מגילה ליינען. דער טעם פארוואס די מצוה פון שלח-מנות איז צוגעטשעפעט צו דער פורים סעודה איז ווייל משיקט שלח-מנות בכדי יעדער איינער זאל האבן וואס צו עסן ביי דער סעודה.

דער מקור פונעם דין אפצושטופן די סעודה אויף זונטאג געפונט זיך אין דער ירושלמי. אזוי ווי דער ענין ווערט נישט אדורכגערעדט אין בבלי נעמען אן רוב פוסקים די שיטה פונעם ירושלמי אז מען מאכט די סעודה און מען שיקט שלח-מנות זונטאג.



                                     

4. פורים קאסעטעס

פורים קאסעטעס איז היינט שוין א רייכע אוצר פון אלטע און פרישע סחורה, וואס זענען געאייגענט אויף צום לאכן, און זיי ערשיינען לכבוד פורים.

כמעט יעדעס יאר ערשיינען פרישע פורים קאסעטעס, וואס ווערן אויפגעכאפט צווישן די וואס גלייכן די וויצלדיגע שפראכן פון די יידישע בדחנים, קאמיקער, און אקטיארן.

אין די פריערדיגע תש"מ יארן איז ר חיים באנעט ערשינען מיט עטליכע אזעלכע סארטן, ווי צום ביישפיל: פורים בודאפעסט, מקהלת בודאפעסט. שפעטער יואל לעבאוויטש מיט פורים בעילאויט, בונדאש, און נאך. און מנשה לוסטיג מיט זיין באקאנטע פורים אוידיאו צעפראסקעט.

                                     
  • אין אן עיבור יאר פייערט מען פורים קטן דעם 14טן טאג פון אדר א און שושן פורים קטן דעם 15טן. די מצוות פון פורים גייען נישט אן, אבער מען זאגט נישט קיין תחנון
  • פורים אין ירושלים - אין אנדער ערטער הייסט דער טאג שושן פורים אנגעהויבן בויען דעם מויער פון ירושלים דורך עזרא און נחמיה ה רנ ב אדר ב - די קעניגין איזאבעלא
  • פורים ה תרע א - רבי צבי אלימלך ב ר ארי בלייך רב אין לאבווא ה תשמ ב - הרב צבי יהודה קוק, ראש ישיבה פון דער מרכז הרב ישיבה געב ה תרנ א ה תשנ ה - הרב
  • פורים אין ירושלים, שושן און אלע שטעט מיט א מויער אין די טעג פון יהושע בן נון - אין אנדערע ערטער הייסט דער טאג שושן פורים אנגעהויבן בויען דעם מויער פון ירושלים
  • תענית אסתר אויף יידיש זאגט מען אסתר תענית איז דער טאג פאר פורים י ג אדר אין אן עיבור יאר, אדר שני דער טאג איז א פאסט - טאג, מען זאגט סליחות און מ ליינט
  • פורים אין דער גאנצער וועלט אחוץ שטעט מיט א מויער אין די טעג פון יהושע בן נון י ד אדר ה תרע ב - געגרינדעט הדסה ציוניסטישע ארגאניזאציע, ציוניסטישע פרויען
  • אדר א איז דער פופצעטער טאג פון אדר א אין אן עיבור יאר. אום דעם טאג פייערט מען שושן פורים קטן. ה תע ב - רבי צבי קיידנאווער, מחבר פון קב הישר ט ו אדר
  • שושן פורים במילא אין דער גאנצער וועלט ליינט מען די נארנמאלע הפטורה, אבער אין ירושלים און אנדערע שטעט וואס האלטן פורים דעם צווייטן טאג, שושן פורים ליינט
  • איז דער פערצנטער טאג פון אדר א אין אן עיבור יאר. אום דעם טאג פייערט מען פורים קטן. די טעג ווען ז אדר א קען געפאלן זענען: מען זאגט נישט קיין תחנון און

Users also searched:

...