Топ-100
Back

ⓘ אינסברוק איז די הויפטשטאט פון דעם לאנד טיראל אין עסטרייך. די שטאט וועלכע שאצט אפ באפעלקערונג פון 130.000 איינוואוינערס געפינט זיך אויפן ברעג פון דעם אין טייך, א ..




אינסברוק
                                     

ⓘ אינסברוק

אינסברוק איז די הויפטשטאט פון דעם לאנד טיראל אין עסטרייך. די שטאט וועלכע שאצט אפ באפעלקערונג פון 130.000 איינוואוינערס געפינט זיך אויפן ברעג פון דעם אין טייך, אין דעם זעלבן פלאץ וואו דער טייך הארמאניזירט זיך מיטן "זיל טייך" טאל. די שטאט געפינט זיך אין א אונטערשייד פון 30 קילאמעטער פונעם ברענער פארבייגאנג הארט אין די אלפן בערג, און א דאנק דעם די שטאט האט זיך ערווארבן א נאמען פון א פאפולערער ציל פאר טוריסטן און אלס א בארימטן צענטער פון ווינטער ספארט.

                                     

1. היסטאריע

די שטאט איז געווארן דערמאנט צום ערשטן מאל אין אן אור-אלטן דאקומענט פון יאר 1187 אונטערן נאמען "אינספרוקע" טיראליש:Insprucke. די שטאט איז באניצט געווארן אלס א וויכטיגן דורכגאנג פונקט פונעם "אין טייך", און דערפאר האט זי באקומען דעם נאמען אינסברוק. דער מארשרוט דורך דעם "ברענער-פאס" פלעגט זיין דעמאלטס א הויפטזעכלעכער פארבינדונג פון קאמוניקאציע און טראנספארט צווישן דעם דרום און דעם צפון. און דער מער מזרחדיגער מארשרוט, שניידט דורך די אלפן.

אין יאר 1429 איז אינסברוק עמטליך געווארן די הויפטשטאט פון דעם לאנד טיראל. דורך די נאפאלעאנישע מלחמות אינסברוק איז אריבערגעפירט געווארן צו בייערן פראווינץ אין דייטשלאנד, וועלכע האט געהאט אין יענע יארן א בונד מיט פראנקרייך. דער קעגנשטעליגער לידער אנדריס הופער האט געפירט דעם טיראלישן מיליטער צו א זיג אין דער "בערגאיסל" שלאכט קעגן די פאראייניגטע מאכטן פון בייערן און פראנקרייך, און האט געשטיצט די ווידער צוריקקערונג פון אינסברוק אלס הויפטשטאט פון טיראל. דערנאך האבן די פאראייניגטע מאכטן אינוואדירט טיראל, און אינסברוק איז געווארן א טייל פון בייערן ביז יאר 1814. אין יאר 1814, נאך דער "וויענער קאנגרעס" אינסברוק איז ווידערמאל צוריקגעגעבען געווארן צו עסטרייך. דער העלדישער טיראלישער אנדריס הופער וועלכער איז הינריכטעט געווארן, איז באגראבן אין דעם ארטיגן קלויסטער פון אינסברוק.

אין יאר 1938 איז די שטאט פארבונדן געווארן מיט נאצי דייטשלאנד אלס א טייל פון דעם "איינשלוס פלאן" פון דעם רשע אדאלף היטלער ימח שמו. דורך דער צווייטער וועלט קריג צווישן די יארן 1942 און 1945, זענען געשליידערט געווארן אויף דער שטאט 21 באמבעס, און צוליב דעם האט זי געליטן פון א שטארקן חורבן וואס האט איבערגעלאזט א גרויסן חלק פון דער שטאט פארניכטעט כמעט אינגאנצן.

נאך דער מלחמה האט מען איבערגעבויט און אויפגעראכטן די שטאט, און היינט צו טאגס קומען אהין טוריסטן פון דער גאנצער וועלט.

אין אינסברוק עס זענען פאראן פילצאליגע מוזעאומס, פראכטפולע פאלאצן, אור-אלטע גאסן און ארכיטעקטור, מאדערנע געשעפטן און נאך.

                                     
  • וואטנס אויף דייטש : Wattens איז א מארק שטעטל פון אינסברוק קאונטי אין טיראל, עסטרייך. די שטא ט איז מערסט בא וווסט ווי די סווא רא ווסקי קריסטא ל גלא ס
  • זייט 1975 נאנט, פרא נקרײך, זייט 1979 ליובליאנא, סלא װעניע, זייט 1979 אינסברוק עסטרייך, זייט 1982 אטלאנטא, פא ראייניקטע שטא טן, זייט 1987 פאלערמא, איטא ליע
  • גראץ, מיט 265, 778 איינוואוינער, לינץ 191, 501 זאלצבורג 145, 871 און אינסברוק 122, 458 אלע אנדערע שטעט האבן ווייניגער ווי 100, 000 איינוואוינער. אין
  • אין דעם 1טן יאנואר 1519, נאכדעם וואס איז ער אנטזאגט געווארן א צוגאנג צו אינסברוק דורך אירע בירגער. דורך דער צווייטער וועלט קריג, האט זיך געפינען אין וועלס
  • Kitz קיצביהעל ליגט ארום 95 קילאמעטער מזרח פון דער טיראלער הויפטשטאט אינסברוק אין דעם לויקנטאל טאל דייטשיש: Laukental Talung אויפן ברעג פון דעם

Users also searched:

...