Топ-100
Back

ⓘ סערעט וויזשניץ, הויף. סערעט וויזשניץ איז א חסידישער הויף, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי ברוך האגער, א זון פונעם דריטן וויזשניצער רבין, רבי ישראל האגער, וו ..




סערעט וויזשניץ (הויף)
                                     

ⓘ סערעט וויזשניץ (הויף)

סערעט וויזשניץ איז א חסידישער הויף, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי ברוך האגער, א זון פונעם דריטן וויזשניצער רבין, רבי ישראל האגער, וועלכער איז אויכעט באקאנט אלס "אהבת ישראל". דער הויף וואס הויפטקווארטירט אין רמת וויזשניץ, חיפה ציילט אפ לויט אפיציעלע אפשאצונגן אומגעפער 650 משפחות, און ווערט אנגעפירט דורך דעם היינטיגן רבין רבי יעקב האגער.

                                     

1. געשיכטע

רבי ברוך פלעגט דינען אלס רב און רבי אין דער שטאט סערעט, ראמעניע. נאך דער צווייטער וועלט קריג האט ער אויפגעשטעלט און באזירט זיין הויף אין ארץ ישראל, און אויפגעבויט דעם רמת וויזשניץ באצירק אין חיפה. אין חשון התשכ"ד נאך דער פטירה פון רבי ברוךל, האט איבערגענומען דער פירערשאפט זיין עלטערער זון רבי אליעזר האגער וועלכער האט געדינט אלס רבי איבער פופציג יאר. אין אב התשע"ה, נאכדעם וואס רבי אליעזר איז אוועק, האבן די חסידים באקרוינט רבי זיין איינציגן זון רבי יעקב האגער.

                                     

2. מוסדות און כאראקטערן פון דעם הויף

דער צענטער פון דעם סערעט וויזשניצער הויף געפינט זיך אין חיפה, דארט וואו וואוינען הונדערטער משפחות. דער הויפט בית מדרש פון אינדרויסן דערמאנט אין זיין צורה מיט א היפשע ענדליכקייט דעם בית מדרש אין ראמעניע. אויכעט געפינען זיך דארט די ישיבה גדולה "יחל ישראל", נעץ פון כוללים אונטער דעם נאמען "מבצר התורה", ישיבה קטנה, תלמוד תורה "תפארת משה", מיידל שולע און סעמינאר "אשת חיל". עס איז פאראן נאך בתי מדרשים פון דער חסידות אין בני ברק, אשדוד, אלעד און מודיעין עילית. אין פאראייניקטע שטאטן עס איז דא אויכעט בתי מדרשים פון דער חסידות. אין סערעט וויזשניץ לייגט מען באזונדער א דגש אויף שמירת הלשון און אהבת ישראל צו ליב האבן און רעספעקטירן יעדער איד. אין די שובבי"ם שבתים פירן זיך די חסידים און די אנהענגערס תענית דיבור ביז נאך מוסף. פרשת בא פירן זיי זיך תענית דיבור דורך דעם גאנצן שבת, אריינגערכנט פרויען מיט קינדער.

                                     
  • אדמורי ם פון וויזשניץ רבי ברוך האגער, דער מקור ברוך איז געווען שטאטס רב אין סערעט און איז געווען דער גרינדער פונעם סערעט וויזשניץ הויף נאך דער צווייטער
  • פון דער וויזשניצער חסידות זענען: וויזשניץ מאנסי, וואס רעכנט אומגעפער 2, 000 משפחות, סערעט וויזשניץ און שאץ וויזשניץ אין חיפה. אזוי אויך זענען פאראן נאך
  • ה תשכ ד פון סערעט באקאנט מיט דעם נאמען דער מקור ברוך איז געווען דער סערעטער רב און דער גרינדער פונעם סערטער צווייג פון וויזשניץ רבי ברוך איז געבוירן
  • די ווייב פון רבי גרשון אשכנזי פון קאלאמייע זעט דעם הויפ ט א רטיקל וויזשניץ הויף רבי חיים האגער ה תקנ ה - כ ה אייר ה תרי ד רב אין קאסאוו. רבי יעקב
  • ה תשט ז, 26סטן סעפטעמבער 1955 איז דער דריטער און היינטיגער רבי פון סערעט - וויזשניץ ער איז א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. רבי יעקב איז
  • קארנרייך, דער קאסעוו - וויזשניצער רבי און רבי אהרן טוביה שפיטץ אלס אב ד סערעט וויזשניץ אמעריקע. זיין עלטערע טאכטער מרת רחל, ווייב פון הרב נפתלי ראובן קארנרייך
  • שבט ה תרנ א - ב אלול ה תש ו פון וויזשניץ דער דמשק אליעזר הרב ברוך האגער ה תרנ ה - ב חשוון ה תשכ ד פון סערעט הרב שמואל אבא האגער ה תרנ ו אומגעפער
  • זון פון הרב ישראל אליעזר האגער, א זון פון רבי משה האגער ראש ישיבה אין סערעט - וויזשניץ איז רב פון דער קהילה אין בית שמש, און זיין איידעם הרב חיים מערץ דינט

Users also searched:

...