Топ-100
Back

ⓘ סונדערלאנד איז א שטאט ביים מויל פונעם טייך וויר אין טיין און וויר, צפון-מזרח ענגלאנד. סונדערלאנד איז אריגינעל געווען דריי קליינע דערפער: בישאפווירמוט, געגרינדעט ..




סונדערלאנד
                                     

ⓘ סונדערלאנד

סונדערלאנד איז א שטאט ביים מויל פונעם טייך וויר אין טיין און וויר, צפון-מזרח ענגלאנד.

סונדערלאנד איז אריגינעל געווען דריי קליינע דערפער:

  • בישאפווירמוט, געגרינדעט אין 930 אויף דער דרום זייט פונעם טייך.
  • מאנקווירמוט, געשאפן אין יאר 674 אויף דער צפון זייט פונעם טייך.
  • סונדערלאנד, א קליין פֿישעריי דארף ביים מויל פונעם טייך, האט באקומען א טשאַרטער אין 1179.
                                     

1. געאגראפיע

א גרויסער טייל פון דער שטאט איז אויף א נידריגן בארגקייט פאראלעל צום בארטן. דורכשניטלעך איז סונדערלאנד בערך 80 מעטער העכער פונעם ים־פלאך. די שטאט איז צעטיילט דורכן טייך וויר וואס גייט אדורך דער שטאט אין א טיפן טאל.

70% פון דער באפעלקערונג וואוינט אויף דער דרום זייט פונעם טייך און 30% אויף דער צפון זייט. די שטאט שפרייט זיך ביז צום ברעג ים.

                                     

1.1. געאגראפיע רעליגיע

לויטן צענזוס, 81.5% פון סונדערלאנדער איינוואוינער זענען קריסטן, 9.6% האבן נישט קיין רעליגיע, 0.7% זענען מוסולמענער און 7.6% האבן נישט געוואלט אויסזאגן זייער רעליגיע.

נאר 114 יידן וואוינען אין סונדערלאנד. פאר 1750 האט די שטאט נישט געהאט קיין יידישע געמיינדע. אין 1790 איז געווען אין דער שטאט א רב פון האלאנד. די קהילה האט געוואקסן ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה, אבער זייט דעמאלסט אלע סונדערלאנדער יידן אדער זענען נפטר געווארן אדער האבן זיך באזעצט אין גרעסערע יידישע קהילות. אין 1890 האבן ליטווישע יידן פון קראטינגע געעפנט דעם סונדערלאנד בית המדרש. די רבנים פונעם בית המדרש זענען געווען הרב בלאך, הרב הורוויץ, הרב דוד ראבינאוויטש, זיין זון הרב משה אליעזר ראבינאוויטש און הרב אברהם משה באב"ד. אין 1980 האט דער בית מדרש זיך פאראייניגט מיט דער ענגלישער שול, און הרב שמאי צאהן איז געווארן שטאט׳ס רב. די קהילה איז ביסלעכווייז געווארן גאנץ קליין און אין אדר תשס״ו האט מען פארמאכט די שול.

                                     

2. טראנספארט

באן

מען האט איבערגעבויט סונדערלאנד סטאנציע אין נאוועמבער 1965. די סטאנציע ווערט באדינט דורך נארדערן באן באדינונגען צווישן ניוקאסל און מידלזברא, און דורך גראנד צענטראל באדינונגען קיין יארק און לאנדאן.

                                     
  • דארהאם אין צפון מזרח ענגלאנד. די שטאט געפינט זיך אויפן טייך וויר, מערב פון סונדערלאנד דרום פון ניוקאסטל אויפן טיין און צפון פון דארלינגטאן. דער שלאס, געבויט
  • י א ניסן ה תשכ ו איז געווען דער רב פונעם סונדערלאנד בית המדרש, א חשובע ליטווישע קהילה אין סונדערלאנד ענגלאנד, און א בעלזער חסיד. הרב אברהם משה איז
  • דאנדי דער פ ארט ביי עדינבורג דער טיין ביי דרום שילדס דער וויר ביי סונדערלאנד דער טיס נישט ווייט פון מידלזברא די עלבע ביי קוקסהאוון דער וועזער
  • גרענאבלע, פראנקרייך זייט 1974 ניזשני נאווגאראד, רוסלאנד זייט 1991 סונדערלאנד פאראייניגטע קעניגרייך זייט 1949 טאמפערע, פינלאנד זייט 1960 תל אביב
  • שטעט און שטעטלעך ווי קעמברידזש, פיטערבארא, הא ל, דאנקאסטער, לידז, יארק, סונדערלאנד ניוקאסל, עדינבורג, גלאזגא, בראדפארד, אבערדין און אינווערנעס. זייט יוני
  • די סונדערלאנד שול האט אים אויפגענומען אלס רב. ער איז געבליבן דארט 17 יאר, כולל די גאנצע צווייטע וועלט מלחמה. ווען ער איז געקומען קיין סונדערלאנד האבן
  • רבי אהרן אריה די ווייב פון רבי מנחם מענדל פון זידיטשוב די ווייב פון רבי יצחק פון לעמבערג רבי אברהם משה באב ד, אב ד סונדערלאנד איז געווען זיין איידעם.

Users also searched:

...