Топ-100
Back

ⓘ אינעווייניק ארויס, 2015 פילם. אינעווייניק ארויס איז אן אמעריקאנישער אנימירטער דראמא-קאמעדיע פילם פון 2015. ער איז פראדוצירט געווארן דורך פיקסאר אנימאציע סטודיאס ..




אינעווייניק ארויס (2015 פילם)
                                     

ⓘ אינעווייניק ארויס (2015 פילם)

אינעווייניק ארויס איז אן אמעריקאנישער אנימירטער דראמא-קאמעדיע פילם פון 2015. ער איז פראדוצירט געווארן דורך פיקסאר אנימאציע סטודיאס פאר וואלט דיזני פילמען, און איז דער 15טער פילם אין פיקסארס פילם סעריע. ער איז רעזשיסירט געווען דורך פּיט דאָקטער, און איז אויסגעשטראַלט געווארן ביי דער קאן פילם פעסטיוואל דעם 18טן מיי 2015. דער פילם איז באפרייט געווארן דעם 19טן יוני 2015.

                                     

1. געשיכטע

רײַלי אַנדערסען איז אן 11-יאריקע מיידל. זי איבערקלייַבט זיך מיט איר פאמיליע פון מינעסאטע צו סאן פראנציסקא. דאס באַווירקט אויף א סאך געפילן אין איר קאפ. די פינף געפיל כאראקטערן זענען פרייד, צארן, איבל, מורא און אומעט. אלע די דאזיקע געפילן העלפן רײַלי טראכטן. זיי העלפן איינער-אנדער מיטן הילף פון רײַליס מוח. יעדן כאראקטער האט א קראפט איבער אן אינזל פון רײַליס לעבן, וואס פֿיגורירן פארשידענע טיילן פון איר פערזענלעכקייט. נאך א סעריע דערשיינונגען וואס טוישן פארשידענע זאכן לערנט זי צו אונטערנעמען איר נייע לעבן.