Топ-100
Back

ⓘ ראטאטואי, פילם. ראַטאַטואי איז א קאמפיוטער אנימירטער פילם פון 2007. ער איז רעזשיסירט געווארן דורך ברעד בערד און האט די שטימעס פון פּעטאָן אָסוואָלט, לו ראָמאַנא ..




                                     

ⓘ ראטאטואי (פילם)

ראַטאַטואי איז א קאמפיוטער אנימירטער פילם פון 2007. ער איז רעזשיסירט געווארן דורך ברעד בערד און האט די שטימעס פון פּעטאָן אָסוואָלט, לו ראָמאַנאָ, פּיטער סאָן, ברעד גאַרעט, דזשענין גאַראָפֿאַלאָ, איען האָלם, ברייען דענעהי און פּיטער אָטול. די געשיכטע פאסירט אין פאריז, פראנקרייך, און איז וועגן א שטשור וואס וויל ווערן א קאָך-מייַסטער ביי א רעסטאראן. פאר דער דאזיקער ציל, די שטשור, רעמי, באַפֿרייַנדט א מענטש מיטן נאמען אלפֿרעדאָ לינגואיני. דער פילם איז פראדוצירט געווארן דורך פיקסאר אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען.

דזשעד פּינקאַוואַ האט געשריבן די אריגינעלע געדאנקען אין 2001, אבער אין 2005 איז ברעד בערד געבעט צו רעזשיסירן דער פילם אנשטאט. ער אויך האט געגאנגען מיט עטלעכע פראדוקציע מאנשאפט מיטגלידער צו פראנקרייך צו באקומען נייע געדאנקען. זיי האבן געפֿרעגן עצות פון קאָך-מייַסטערס פון פראנקרייך און די פאראייניקטע שטאטן. דער פילם איז ערשטנס אויסגעשטראַלט געווארן דעם 22סטן יוני 2007 אין דער קאָדאַק קינא ביי לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע. דערנאך האט ער געוואונען דער אקאדעמיע פריז פאר בעסטער אנימירטער פילם.

                                     

1. שטימע אקטיארן

  • סטעפֿאַן רוקס אַלס קאָך קאַנאַל נאַראַטאָר
  • וויל אַרנעט אַלס האָרסט
  • טעדי ניוטאָן אַלס טאַלאָן לאַבאַרטע
  • פּעטאָן אָסוואָלט אַלס רעמי
  • לו ראָמאַנאָ אַלס אַלפֿרעדאָ לינגואיני
  • דזשיימס רעמאַר אַלס לברוס
  • איען האָלם אַלס קאָך-מייַסטער סקינער
  • דזשוליוס קאַלאַהאַן אַלס לאַלאָ און פֿראַנסואַ
  • ברעד בערד אַלס אַמבריסטער מיניאָן
  • טאָני פֿוסיל אַלס פּאָמפּידו
  • דזשענין גאַראָפֿאַלאָ אַלס קאָלעט טאַטאָ
  • ברעד גאַרעט אַלס אָגוסט גוסטאָ
  • דזשאָן ראַצנבערגער אַלס מוסטאַפֿאַ
  • פּיטער סאָן אַלס עמיל
  • דזשייק סטיינפֿעלד אַלס גיט
  • ברייען דענעהי אַלס דזשאַנגאָ
  • פּיטער אָטול אַלס אַנטאָן עגאָ

Users also searched:

...