Топ-100
Back

ⓘ די אינקרעדיבלס אדער די אינקרעדיבלער איז אן אנימירטער פילם פון 2004, וואס איז געשריבן און אנטוויקלט געווארן דורך ברעד בערד, וואס האט איינמאל רעזשיסירט די סימפּסא ..




די אינקרעדיבלס
                                     

ⓘ די אינקרעדיבלס

די אינקרעדיבלס אדער די אינקרעדיבלער איז אן אנימירטער פילם פון 2004, וואס איז געשריבן און אנטוויקלט געווארן דורך ברעד בערד, וואס האט איינמאל רעזשיסירט "די סימפּסאָנס" און איז בעסטנס באקאנט געווען אלס דער רעזשיסאר פונעם אנימירטער פילם "דער אייזן גיגאנט". דער פילם איז פראדוצירט געווארן דורך פיקסאר אנימאציע סטודיאס, און האט געווונען אן אקאדעמיע פריז. "די אינקרעדיבלס" איז ערשטנס אנטוויקלט געווארן אלס א טראדיציאנעלע-אנימירטער פילם, אבער נאך ווארנער ברידער האט איר אנימאציע דיוויזיע געשלאָסן האט ברעד בערד געגאנגען צו פיקסאר מיט דער פילמס געשיכטע.

דער פילם פאסירט אין א וועלט וואו עס זענען דא סופּערהעלדן, אבער נאך א גרויסע הערונג באַשטימט די רעגירונג אז אלע סופּערהעלדן דאַרפן מאַסקירן זיך און פירן נארמאלע לעבן. דער הויפט כאראקטער איז באָב פּאַר אדער "מ"ר אינקרעדיבל". דער המשך-פילם "אינקרעדיבלס 2" איז באפרייט געווארן אין 2018.

                                     

1. שטימע אקטיארן

  • ברעד בערד אַלס עדנאַ מאָד
  • ספּענסער פֿאָקס אַלס דעשיעל ראָבערט "דעש" פּאַר
  • עליזאַבעט פּעניאַ אַלס מיראַזש
  • האָלי האַנטער אַלס העלען פּאַר / עלאַסטיגערל
  • שרה וואַועל אַלס וויאָלעט "ווי" פּאַר
  • סאַמועל על. דזשעקסאָן אַלס לוציוס בעסט/פֿראָזאָן
  • קרייג טי. נעלסאָן אַלס באָב פּאַר / מ"ר אינקרעדיבל
  • פֿרענק טאָמעס אַלס פֿרענק
  • וואָלאַס שאָן אַלס מ"ר האַף
  • דאָמיניק לואיס אַלס באָמב וואָיאַזש
  • אָלי דזשאָנסטאָן אַלס אָלי
  • דזשייסאָן לי אַלס באַדי פּייַן / אינקרעדיבוי / סינדראָם