Топ-100
Back

ⓘ אהרן מרדכי רוקח. הרב אהרן מרדכי רוקח איז געבוירן געווארן חשון תשלצו זיין פאטער, דער בעלזער רב, און זיין מוטער, די רעביצין מרת שרה רוקח, א טאכטער פונעם וויזשניצע ..




אהרן מרדכי רוקח
                                     

ⓘ אהרן מרדכי רוקח

הרב אהרן מרדכי רוקח איז געבוירן געווארן חשון תשל"צו זיין פאטער, דער בעלזער רב, און זיין מוטער, די רעביצין מרת שרה רוקח, א טאכטער פונעם וויזשניצער רבין און פון מרת לאה אסתר האגער ער איז געבוירן געווארן איבער צען יאר נאך דער חתונה פון זיינע עלטערן. מהאט אים א נאמען געגעבן נאכן פריערדיגן בעלזער רב, רבי אהרן רוקח, און נאך זיין זיידן, הרב מרדכי רוקח, בילגורייער רב. אלס קינד פלעגט ער לערנען אין בעלזער חיידר אין דער געגנט פון זכרון משה אין ירושלים.

אלול תשמ"ח לויטן באפעל פון זיין טאטע דער בעלזער רב, האט ער אויפגעהערט צו לערנען אין בעלזער מוסדות און אנשטאט דעם האט ער געלערנט מיט פריוואטע מלמדים וואס זיין טאטע האט גענומען פאר איהם איינער פון זיי איז רבי פנחס פריעדמאן, מחבר ספר פרי הדר און משוש דודים וואס פלעגט לערנען חברותא צוזאמען אינאיינעם מיטן בעלזער רב אליין ביז עס איז געקומען די צייט פון זיין חתונה.

תשנ"ב איז ער געווארן א חתן, מיט מרת שרה לאה לעמבערגער, טאכטער פון רבי שמעון מאקאווער. די חתונה איז געווען ט"ו באב התשנ"ג אין א ריזיגן שאטער אין באטייליגונג פון טויזנטער חסידים, און ביז היינטיגן טאג הייסט די חתונה איינע פון די גרעסטע אין דער גאנצער חסידישער וועלט.

אזוי ווי דער בעלזער רב פארט נישט כמעט ארויס פון ארץ ישראל די לעצטע צוואנציג יאר, שיקט ער זיין זון אלס שליח צו פארשידענע פלעצער וואו עס געפונען זיך בעלזער קהילות כדי זיי צו מחזק זיין און צו פראווען מיט זיי שבתים.

אין תש"ע האט זיין פאטער אים ממנה געווען צו זיין דער מסדר קידושין פון די בעלזער חסידים.

                                     

1. קינדער

רבי אהרן מרדכי און זיין ווייב מרת שרה לאה האבן 13 קינדער:

  • הענא חיה דבורה
  • שלמה נפתלי אלחנן ‏
  • הרב אברהם שמואל צבי, געהייראט שפרה לאה טאכטער פון רבי מאיר דוב רעכניצער, דער בעלזער ראש ישיבה און דיין אין שטאט חיפה.
  • אלעזר יחזקאל שרגא‏
  • אשר ישעיה יהודה ‏
  • הרב חיים מאיר‏, האט געהייראט מרת שבע רבקה, טאכטער פון הרב שלום מאסקאוויטש, זון פון רבי נפתלי, מעליצער רבי פון אשדוד, און איידעם פון רבי יצחק יחיאל מיכל פאנעט, דעעשער רבי פון בני ברק.
  • משה יהושע ‏
  • הרב שלום און איידעם פון רבי זאב גרינפעלד
  • דוד ‏, איז געווארן א חתן חשון, התשע"ט מיט מרת בריינא פריידא, טאכטער פון הרב ברוך זאב וואלף פעדער, דער בעלזער דיין אין גבעת זאב.
  • מרת נחמה גאלדא, די ווייב פון שלום אריה, זון פון רבי אהרן צוויבל, איינער פון די בעלזער רבנים אין ירושלים.
  • הרב אלימלך נתן נטע, האט געהייראט מרת בלומא, טאכטער פון הרב אברהם יעקב שארף, א מגיד שיעור אין בעלזער ישיבה קטנה אין קרית יערים טעלזסטאן.
  • ישראל מנחם נחום‏
                                     
  • רבי אהרן רוקח אלול ה תר ם - כ א אב ה תשי ז איז געווען דער פערטער רבי אין דער חסידישער דינאסטיע פון בעלזא - א זון פון הרה ק רבי ישכר דוב זצ ל, זון
  • רוקח פון יעראסלאוו, איידעם ביי רבי יוסף מאיר טווערסקי פון מאכניווקא רבי מרדכי רוקח פון בילגוריי, דער פאטער פונעם היינטיקן בעלזער רבי ן ישכר דוב רוקח רבי
  • ישכר דוב רוקח געב. ח שבט ה תש ח איז דער היינטיגער און פינפטער רבי פון די בעלזער חסידים. רבי ישכר דוב איז געבוירן צו זיין פאטער הרב מרדכי רוקח דער בילגורייער
  • טאכטער פון הרב מרדכי ברים, זון פון רבי אברהם חיים ברים. מרת שרה לאה, ווייב פון הרב אהרן מרדכי רוקח זון פון רבי ישכר דוב, בעלזער רב. הרב מרדכי משולם שרגא
  • געפונט זיך דארט. תכלת מרדכי - נאך רבי מרדכי רוקח דער בילגורייער רב און פאטער פונעם היינטיגן רבין. קדושת אהרן - נאך רבי אהרן רוקח דער פריערדיגער בעלזער
  • רבי. 11 יאר נאך דער חתונה האט זי געבוירן זייער איינציגסטע קינד רבי אהרן מרדכי רוקח די רעביצין שטייט אין הויפט פון דער בעלזער פרויען ארגאניזאציע און פירט
  • רבי שלום רוקח זצ ל ה תקמ א - כ ז אלול ה תרט ו 1781 - 10טן סעפטעמבער 1855 באקאנט אלס דער שר שלום אדער דער ערשטער בעלזער רב זכרונו לברכה רבי שלום
  • רעטונגס טאג פון די צוויי הייליגע ברידער, האדמו ר רבי אהרן רוקח דער בעלזער רב זצ ל און רבי מרדכי רוקח דער בילגורייער רב זצ ל. אין דעם טאג, אין יאהר ה תש ד
  • רבי יהושע רוקח געב כ א טבת תש ט איז דער מאכניווקע - בעלזער רבי אין בני ברק זייט תשמ ח. ער איז א בעלזער אייניקל. א גרויסער טייל פון זיינע חסידים זענען
  • רבי אהרן טייטלבוים געבוירן ו חשוון ה תש ח איז איינער פון די צוויי היינטיגע סאטמארער רבי ס. ער וואוינט אין דעם סאטמארער שטעטל, קרית יואל, ניו יארק. ער
  • מרדכי רוקח דער בילגארייער רב און רבי גדליה משה גאלדמאן פון זוועהיל רבי משה אהרן ה תר ם - כ ח סיון איז געווען א זון פון רבי דוד שלמה. רבי משה אהרן איז

Users also searched:

...