Топ-100
Back

ⓘ שרה רוקח. זי איז געבוירן פרייטאג כח חשוון יאר תשז צו איר פאטער רבי משה יהושע האגער, וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי, און איר מוטער מרת לאה אסתר. זי האט ג ..




                                     

ⓘ שרה רוקח

זי איז געבוירן פרייטאג כ"ח חשוון יאר תש"ז צו איר פאטער רבי משה יהושע האגער, וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי, און איר מוטער מרת לאה אסתר. זי האט געלערנט אין דער וויזשניצער שולע אין בני ברק.

זי האט חתונה געהאט מיטן צוקונפטיגן בעלזער הרב ישכר דוב רוקח ה אדר תשכ"ה אין קרית וויזשניץ, בני ברק. דאס פארפאלק האט געוואוינט אין דעם ערשטן אנדערהאלב יאר אין קרית וויזשניץ. נאכהער האבן זיי אריבערגעצויגן אין ירושלים, און איר מאן רבי ישכר דוב האט עמטליך איבערגענומען די פירערשאפט פונעם בעלזער חסידות און צו דינען אלס א רבי. 11 יאר נאך דער חתונה האט זי געבוירן זייער איינציגסטע קינד רבי אהרן מרדכי רוקח.

די רעביצין שטייט אין הויפט פון דער בעלזער פרויען ארגאניזאציע און פירט פארזאמלונגען פאר די בעלזער פרויען. איר שניר מרת שרה לאה שטייט צו איר אלס רעכטע האנט אין לייטונג פון דער ארגאניזאציע. זי איז באקאנט אלס גרויסע צדיקת און גייט מיט א ״שטערן טיכל״ א ספעציעלער צודעק וואס פרויען טראגן אויפן קאפ. זי איז טעטיק צווישן די ווייבער און קינדער פון בעלז און אויך אין אנדערע קרייזן. פילצאליגע פרויען און אפילו מענער פירן זיך צו קומען און בעטן ברכות ביי איר, הויפטזעכליך פון סאטמאר און וויזשניץ. זי פירט זיך אויך צו ליינען קוויטלעך גענוי ווי געהעריגע רביס. די רעביצין שטייט אויך אין הויפט פון אן ארגאניזאציע מיטן נאמען "מגן ומושיע" וועלכע שטיצט אלמנות און יתומים, און פאר דעם צוועק פארט זי טיילמאל אין אויסלאנד אום צו שאפן געלט. זי פירט זיך צו רופן אדער אפילו באזוכן די משפחות וואס ווערן געשטיצט דורך איר ארגאניזאציע.

דורך די יארן ווען איר ברודער דער וויזשניצער רבי, רבי ישראל האגער איז געווען פארטריבן פון זיין פאטערס הויף פלעגט זי אים שטיצן, און שפעטער איז זי אויך געווען טעטיג מיט אים צוריקקערן אין וויזשניץ.

                                     
  • ראש ישיבה פון עוד יוסף חי ישיבה אין יצהר ה תש ז שרה רוקח בעלזער רביצין, ווייב פון רבי ישכר דוב רוקח ה כ ד ー רבינו יונה גירונדי, מחבר פון ספר שערי תשובה
  • רבי אהרן רוקח אלול ה תר ם - כ א אב ה תשי ז איז געווען דער פערטער רבי אין דער חסידישער דינאסטיע פון בעלזא - א זון פון הרה ק רבי ישכר דוב זצ ל, זון פון
  • חשון תשל ו צו זיין פאטער, דער בעלזער רב, און זיין מוטער, די רעביצין מרת שרה רוקח א טאכטער פונעם וויזשניצער רבי ן און פון מרת לאה אסתר האגער ער איז געבוירן
  • ווייב מרת שרה לאה, טאכטער פון רבי שמעון לעמבערגער, מאקאווער רב פון קרית אתא. ר אהרן מרדכי האט דרייצן קינדער. דער עלטסטער איז הרב שלום רוקח וועלכע האט
  • און יום טוב ים אונטן איז דער א נװײ ז כ ח חשוון - שרה רוקח בעלזער רביצין אשת רבי ישכר דוב רוקח ט טבת - רבי דוד קאהן, אדמו ר פון תולדות אהרן. שבט
  • ה תרע ב - יהושע רבינוביץ, בירגערמייסטער פון תל אביב נפטר ה תשל ט ה תשי ט - שרה נתניהו ווייב פון בנימין נתניהו ה תשכ ז - מיכה שטרית, ישראל זינגער א נגרייטער
  • רבי יהושע רוקח געב כ א טבת תש ט איז דער מאכניווקע - בעלזער רבי אין בני ברק זייט תשמ ח. ער איז א בעלזער אייניקל. א גרויסער טייל פון זיינע חסידים זענען
  • רבי משה רוקח ה תקע ה - ב אייר ה תרמ ז פון קארעוו. רבי משה איז געבוירן און יאר ה תקע ה, דער פערטער זון צו זיין פאטער הרב שלום רוקח פון בעלזא באקאנט
  • דוד האגער, פון וויזשניץ. מרת שרה די ווייב פון הרב שמואל רוקח - ט ז תשרי ה תרע ב פון סקאהל, א זון פון הרב יהושע רוקח פון בעלזא. וויזשניץ רוזשין הויף
  • רבי ישכר דוב רוקח געב כ ג חשוון ה תשל ג איז א באקאנטער עסקן און דער עלטסטער זון פון רבי יהושע רוקח דער מאכניווקער רבי פון בני ברק. רבי ישכר דוב איז
  • טעג ווען כ ה חשוון קען געפאלן: ה תש י - רבי מרדכי רוקח דער בילגורייער רב זצ ל, פאטער פון היינטיגן בעלזער רב. ליגט אין דעם אלטן בית החיים אין טבריה נעבן

Users also searched:

...