Топ-100
Back

ⓘ ייטב איז געגרינדעט געוואָרן אין 1970 אונטערן נאָמען נערן און געווען אַ מיליטערישער אויסזידלונג-פאָרפּאָסט היאחזות נחל. אין 1977 איז ער געוואָרן אַ בירגערלעכער י ..




ייטב
                                     

ⓘ ייט"ב

ייט"ב איז געגרינדעט געוואָרן אין 1970 אונטערן נאָמען נערן און געווען אַ מיליטערישער אויסזידלונג-פאָרפּאָסט היאחזות נח"ל. אין 1977 איז ער געוואָרן אַ בירגערלעכער ישוב. די ערשטע אויסזידלער-גרופּע האָט פאַרלאָזט דאָס אָרט און געגרינדעט דעם איצטיקן קיבוץ נערן צום צפון-מזרח פון ייט"ב. אין אָנהייב 1990ער יאָרן האָבן דעם פאַרלאָזטן ישוב פאַרנומען נײַע עולים פונעם געוועזענעם ראַטנפאַרבאַנד, וועלכע האָבן אָנגעהערט צו דער עדה פון די ייִדן-סובאָטניקעס. די מערהייט פון די תושבים פון ייט"ב זײַנען פרום. זיי פאַרנעמען זיך מיט לאַנדווירטשאַפט די עיקרדיקע קולטורן זײַנען טייטלען און פעפערן. אַנדערע אַרבעטן אויסער דעם ישוב. לויט די אָנגאַבן פון 2011, זײַנען אין ייט"ב געווען 167 אײַנוווינער. עס זײַנען אינעם ישוב פאַראַן, אַ שול, אַ מקווה, אַ באַסיין, אַ מעדיצין-פּוּנקט, אַ קראָם און אַ קינדער-גאָרטן.

                                     

1. דער נאָמען

דער נאָמען פונעם ישוב שטעלט מיט זיך פאָר אַ ראשי-תיבות פון די ווערטער י ד י צחק ט אַ ב ענקין, אין אָנדענק פון איינעם פון די מנהיגים פון דער היסטאָרישער סאָציִאַליסטישער ציוניסטישער באַוועגונג.