Топ-100
Back

ⓘ האבער. האָבער איז א זגאל תבואה וואס מען וואקסט צו ניצן זיין זוימען, בעיקר צו געבן פערד און אנדערע בהמות צו עסן, אבער מען קען אים צעמאלן פאר מענטשן צו עסן, אדער ..




האבער
                                     

ⓘ האבער

האָבער איז א זגאל תבואה וואס מען וואקסט צו ניצן זיין זוימען, בעיקר צו געבן פערד און אנדערע בהמות צו עסן, אבער מען קען אים צעמאלן פאר מענטשן צו עסן, אדער רוי, אין און מיזלי, אדער געקאכט אויף האבער־קאשע.

האבער וואקסט אין זאנעס מיט א מעסיקן קלימאט. ער קען פארטראגן רעגן, און וואקסט גוט אין צפון־מערב אייראפע און אויך אין די פארבערג פון די הימאלייע.

האבער איז אן אייניעריגער פלאנץ; מען קען אים איינזייען אדער אין הארבסט פאר א שניט אין סוף זומער אדער אין פרילינג פאר א שניט אין אנהייב הארבסט.

                                     

1. אין יידישקייט

האבער איז איינער פון די חמשת מיני דגן, אויף וואס מען מאכט א באזונדערע ברכה "מזונות", און מדארף מפריש חלה זיין ווען מען מאכט דערפון א טייג וואס מבאקט. אויך קען מען מאכן מצות פון האבער, וואס מענטשן עסן ווען זיי קענען נישט פארטראגן גלוטן.