Топ-100
Back

ⓘ בני-הית און בני-חית. בני־הית און בני־חית זיינען געווען צוויי צווייגן אַשכנזים אין מיטל־עלטער. די נעמען צייגן דעם אונטערשייד אינעם שטייגער פון אַרויסריידן דעם או ..




בני-הית און בני-חית
                                     

ⓘ בני-הית און בני-חית

בני־הית און בני־חית זיינען געווען צוויי צווייגן אַשכנזים אין מיטל־עלטער. די נעמען צייגן דעם אונטערשייד אינעם שטייגער פון אַרויסריידן דעם אות "חית" און דער חילוק צווישן ביידע גרופּעס איז געווען אַ קולטורעלער: אין מינהגים און אין שפּראַך.

                                     

1. עטימאָלאָגיע

בני חֵת טרעפט מען אין ספר בראשית: דאָס איז געווען אַ פאָלק, וואָס האָט פאַרקויפט אַברהמן די מערת־המכפּלה צו באַגראָבן שרהן. פאַר יידישע ישובים אין דייטשלאַנד זינט 15טן י״ה איז דאָס געווען אַ "שיבולת"‬: "בני־הית" זיינען געווען די, וואָס האָבן אַרויסגערעדט דעם חית ווי הא, און אין מויל פון "בני־חית" אָדער "בני־כֿית" איז דער חית געווען אַזוי ווי כֿף. באַשרייבנדיק די דאָזיקע דיפערענץ האָבן רבנים געמיינט די הברה פון לשון קודש, אָבער ס׳האָט באַרירט אויך דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט פון זייערע טאָגטעגלעכע שפּראַכן.

                                     

2. מקורים

דער חילוק איז געווען גוט באַקאַנט פאַר די רבנישע אויטאָריטעטן און יידישע לינגוויסטן אין 15טן-17טן י״ה, און עס זיינען געקומען צו אונדז עטלעכע באַשרייבונגען פון דעם ענין און די פּראַקטישע קשיאות דעריבער. דיסקוטירנדיק וואַריאַציעס אין דעם אָדער יענעם מנהג באַצייכענען די מחברים די געביטן, וואו מע פאָלגט דעם פיר, מיט נעמען "תפוצת רינוס", "בני רינוס", "בני הית" אַנטקעגן "בני עסטרייך" און "בני חית" אין ווערק פון יויזלן יוסף בן משה,איסרלינס תלמיד, דעם מהרי״לן, זלמן משוטיגווערא). צו מאָל איז די לינגוויסטיק אַליין דער אָביעקט פון דער חקירה: ווען די רייד גייט וועגן די נאָרמעס פון הברה, פּאָעזיע אָדער עטימאָלאָגיע.

                                     

3. לינגוויסטישע אונטערשיידן

דער עיקרדיקער לינגוויסטישער חילוק צווישן די ביידע גרופּעס איז געווען אַ פאָנעטישער. ער האָט באַרירט די הברה פון לשון קודש און תרגום לשון גופא און אויך דעם אינטעגרירטן סעמיטישן קאָמפּאָנענט אין די דייטשיש־באַזירנדיקע שפּראַכן: יידיש אין ברייטן זינען. די דייטשישע קאָמפּאָנענטן אין די דאָזיקע שפּראַכן פון זייער זייט האָבן אויך פאַרשידענע יסוד־דיאַלעקטן.

אינעם קאָנסאָנאַנטיזם איז דער בולטסטער הבדל געווען אינעם אופן אויסצוריידן חית, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען פאַר די צוויי גרופּעס אַשכנזים. דער תחילת־פאַרינגאַלער קלאַנג פונעם סעמיטישן ח און נאָר שפּעטער איז ער ביי זיי און אויך ביי בני־הית אויסגעביטן געוואָרן אויפן נוסח, וואָס מיר הייסן היינט אַשכנזישע הברה.