Топ-100
Back

ⓘ אברהם חיים נאה. רבי אברהם חיים נאה איז געווען א דיין אין דער עדה החרדית א חבדסקער חסיד, וועלכער איז שטארק בארימט מיטן עוסק אין די מאסן פון די שיעורים פון עסן או ..




אברהם חיים נאה
                                     

ⓘ אברהם חיים נאה

רבי אברהם חיים נאה איז געווען א דיין אין דער עדה החרדית א חב"דסקער חסיד, וועלכער איז שטארק בארימט מיטן עוסק אין די מאסן פון די שיעורים פון עסן און טרינקען.

ער איז געבוירן אין חברון צו זיין פאטער מנחם מענדל, פון די חשובי חבדסקער חסידים אין ארץ ישראל.

ביי די עלף יאר איז ער אריין לערנען אין דער ארטיגער ישיבה מגן אבות וועלכע איז געשטאנען אונטער די אויפזוכט פון זיין פאטער. ביי די צוועלף יאר האט ער שוין געקענט אויסעווייניג די מסכתות יבמות, חולין און נדה גפ"ת.

ארום התרס"ה איז די משפחה אריבער וואוינען קיין ירושלים, וואו דער קליינער אברהם חיים האט פארגעזעצט צו לערנען מיט גרויס פלייס אין די ארטיגע ישיבות. ער איז דארט געווארן נסמך להוראה פון די גאונים ר יצחק ירוחם דיסקין, ר יעקב ארנשטיין און ר יצחק ווינאגארד.

ביי די פופצן יאר האט ער געהייראט מיט זיין ווייב דבורה די טאכטער פון ר שאול יצחק פייגנשטיין.

ער האט געדינט ווי רב פון דעם בוכארישן קווארטאל אין ירושלים, וואו ער האט געוואוינט. אין תרצ"ח איז זיין ווייב נפטר געווארן.

ער איז פלוצלונג נפטר געווארן כ תמוז תשי"ד נאך א הארץ אטאקע. מען האט אים קובר געווען אין הר המנוחות.

                                     

1. זיינע חיבורים

  • קונטרס השיעורים
  • קצות השלחן ניין חלקים
  • קונטרס החליבה
  • דברי צדק
  • פסקי הסידור און קונטרס השלחן אויפן שלחן ערוך הרב
  • שיעורי ציון
  • שיעורי תורה
  • שיעור מקוה

ער פלעגט אויך שרייבן א פאפולערער מאמר אינעם המודיע מיטן נאמען הערות למעשה, וואו ער פלעגט דן זיין אין טעגליכע ענינים און אויך אין הלכות שמיטה. ווי אויך פלעגט ער ארויסגעבן די לוח פארן כולל חבד

                                     
  • די טעג ווען כ תמוז קען געפאלן: ה תשי ד - הרב אברהם חיים נאה מחבר פון קצות השולחן
  • חיים שאול טויב חיים שלום לעפקאוויטש חיים שלום דייטש חיים שמואלעוויטש אברהם חיים אדאדי אברהם חיים נאה אברהם חיים ראטה אברהם חיים הורוויץ אליעזר חיים בלום

Users also searched:

...