Топ-100
Back

ⓘ אבי בנימין איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען אבי נעדזוועצקי אין 1959 אין דער הויפּשטאָט פון עסטלאַנד, טאלין. די אומגאַנג-שפּראַך איז אין דער משפּחה געווען ייִדיש ..




אבי בנימין
                                     

ⓘ אבי בנימין

אבי בנימין איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען "אבי נעדזוועצקי" אין 1959 אין דער הויפּשטאָט פון עסטלאַנד, טאלין. די אומגאַנג-שפּראַך איז אין דער משפּחה געווען ייִדיש. דער קומענדיקער קאָמפּאָזיטאָר האָט זיך געלערנט אין דער טאַלינער קאָנסערוואַטאָריע און אין דער מוזיק-אַקאַדעמיע. אבי נעדזוועצקי האָט געאַרבעט אַלס מוזיקאַלער אָנפירער פונעם טאַלינער דראַמע-טעאַטער. אין סוף 80ער יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט האָט ער מיטגעאַרבעט מיטן מאָסקווער יוגנט-טעאַטער, פאר וועלכן ער האָט אָנגעשריבן דעם מיוזיקל "Good Bye America ", וועלכער איז ניט אַראָפּ פון דער בינע במשך פון עטלעכע יאָרן. אין דער זעלבער תקופה האָט ער אָנטיילגענומען אין דער שטעלונג פון מוזיקאַלער פּיעסע "מסעות בנימין השלישי" לויט מענדעלע מוכר-ספרימען אינעם מאָסקווער טעאַטער "ערמיטאַזש". די פּיעסע, וועלכע איז געגאַנגען אויף רוסיש מיט לידער אויף ייִדיש און אויף לשון-קודש איז געוואָרן אַ רוף צו דעם סאָוועטישן ייִדנטום עולה זײַן קיין ישראל.

אין 1991, בעת דער מלחמה אינעם פּערסישן אײַנגוס איז אבי נעדזוועצקי עולה געווען און ער האָט זיך באזעצט אינעם קיבוץ נווה-איתן ניט ווײַט פון בית שאן. שפּעטער האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין ירושלים, אין גיכן נאָך דעם איז ער געוואָרן דער קאָמפּאָזיטאָר פונעם טעאַטער "גשר". דעריבער איז ער אַריבערגעפאָרן קיין תל-אָביב, וווּ ער וווינט ביז איצט. אבי בנימין האָט אָנגעשריבן מוזיק פאַר צענדליקער שטעלונגען פון "גשר" לויט ווערק פון ישראלדיקע און אויסלענדישע שריפטשטעלער, צווישן זיי – לויט איבערגעזעצטע פון ייִדיש יצחק באשעוויס זינגערס "שאָשע" און "דער קנעכט", ווי אויך צו פילמען. באַנאַנד מיט דער אַרבעט אין "גשר" אַרבעט אבי בנימין מיט אַנדערע טעאַטערן, בתוכם מיטן תל-אָביבער טעאַטער "ייִדישפּיל", פאַר וועלכן ער האָט אָנגעשריבן מוזיק צום מוזיקאַלן ספּעקטאַקל "געבירטיג - אַ האַרץ, וואָס בענקט נאָך לידער" וועגן דעם דיכטער מרדכי געבירטיג.

                                     
  • און יעקב ער איז געווען א זון פון יצחק מיט רבקה, און א צווילינג פון עשו אבי אדום. לויטן מסורת איז יעקב געבוירן ערב סוכות ב ק ח, און ער איז נפטר געווארן
  • וו. דורך דעם חרדישן איד פון בארא פארק ר בנימין זשאלקאווסקי הי ו, שוין נאנט צו צען יאר אין איין צוה ר בנימין זשאלקאווסקי איז געוועזן אמאל א זשורנאליסט
  • ישראל ביתנו און צוויי מיניסטארן האבן פארלאזט די רעגירונג, משה יעלון און אבי גבאי. ליבערמאן מיט זיין ווייב, א ליי טיש פרוי אלה ציפקין האט ער דריי קינדער
  • ליסטע פון ארבעטס - פארטיי. דער שפעטערדיקער פירער פון דער פארטיי נאך הערצאג, אבי גבאי, האט אויפגעלעזט אין 2019 די קאאליציע און פארשיקט ליבני מיט איר ליסטע
  • אידעאלאגיע איז סאציאל דעמאקראטיש און ציוניסטיש. דער היינטיגער אנפירער איז אבי גבאי, דערוויילט אין יולי 2017. די פארטיי איז געגרינדעט געווארן אין 1968
  • זכות און מסכים געווען מען זאל ליבערשט אוועקגעבן דאס קינד פאר דער צווייטער - אבי עס נישט צעשניידן. אזוי האט שלמה המלך זיך דערוווסט אז זי איז די ריכטיגע מאמע
  • פון ר בנימין אבא ענגלשטיין פון אנטווערפן. די ווייב פון ר שמואל בארנשטיין פון ירושלים. מרת בלומא רייזיל - כ ד שבט ה תשי ג די ווייב פון רבי אבי עזרא
  • בנימין נתניהו געבורט 21 אקטאבער 1949 אלט 71 תל אביב - יפו, ישראל מדינה ישראל לערנארט מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע הארווארד אוניווערסיטעט באשעפטיגונג

Users also searched:

...