Топ-100
Back

ⓘ מרדכי יוסף אלעזר ליינער. רבי מרדכי יוסף אלעזר איז געבוירן געווארן כז שבט תרלג אינעם שטעטל איזשביצע, קאנגרעס פוילן, צו זיין פאטער, רבי גרשון העניך ליינער, דער ער ..




                                     

ⓘ מרדכי יוסף אלעזר ליינער

רבי מרדכי יוסף אלעזר איז געבוירן געווארן כ"ז שבט תרל"ג אינעם שטעטל איזשביצע, קאנגרעס פוילן, צו זיין פאטער, רבי גרשון העניך ליינער, דער ערשטער ראדזינער רבי, דער "בעל התכלת", א זון פון רבי יעקב ליינער, דער "בית יעקב" פון איזשביצע, א זון פון רבי מרדכי יוסף ליינער פון איזשביצע, דער "מי השילוח".

                                     

1. רבנות

אום ד טבת תרנ"א איז זיין פאטער נפטר געווארן, און רבי מרדכי יוסף אלעזר איז געווארן רבי אין ראדזין.

זיין איידעם איז געווען הרב יחיאל צבי גוראריה, א זון פון הרב נתן גוראריה. ווען דער איידעם איז געקומען קיין ראדזין האט די משפחה געבעטן ער זאל טראגן תכלת אויף זיין טלית לויטן ראדזינער מנהג. אזוי ווי ער איז געווען א חבדסקער חסיד, אבער, און וויסנדיק די שיטה פון דער ליובאוויטשער רבי נישט צו גיין מיט תכלת, האט ער נישט מסכים געווען. ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געהערט דערפון, האט ער אים געהייסן לייגן תכלת אויף זיין ציצית צוליב זיין שווער דער ראדזינער וועמען ער האט גערופן אן "אדם גדול".

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער זיך געצויגן פון ראדזין קיין ווארשע.

ווען רבי מנחם מענדל שניאורסאהן האט חתונה געהאט אין תרפ"ט מיט מרת חיה מושקא, די טאכטער פונעם ליובאוויטשער רבין רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, אין ווארשע, איז רבי מרדכי יוסף אלעזר געווען דער איינציקער רבי וואס האט באקומען א כיבוד ביי דער חופה, לייענען די כתובה.‏

רבי מרדכי יוסף איז נפטר געווארן כ"ו שבט תרפ"ט אין ווארשע, און ער ליגט אינעם בית עולם דארטן.

                                     

2. משפחה

די קינדער פון רבי מרדכי יוסף אלעזר זענען געווען:

  • רבי שמואל שלמה ליינער הי"ד, גרינדער פון דער ישיבה "סוד ישרים"
  • מרת חוה, ווייב פון הרב יעקב גראמאן הי"ד
  • מרת טויבע בינה טאפטשע, ווייב פון רבי יחיאל צבי גוראריה הי"ד
  • מרת שרה זעלדא הי"ד, ווייב פון רבי אברהם ישכר ענגלארד, ראדזינער רבי
  • הדסה הי"ד
                                     
  • ה תצ א - רבי יוסף ב ר יעקב ריישר, דומ ץ פראג און מח ס גבעת עולם ה תקפ ב - רבי יעקב ניקלסבורג פון האנאווער ה תרפ ט - רבי מרדכי יוסף אלעזר ליינער צווייטער
  • רבי מרדכי יוסף אלעזר ליינער ראדזינער רבי, זון פון רבי גרשון העניך ליינער דער בעל התכלת. ער איז געווען אן איידעם ביים אמשינאווער רבי ן, ר יוסף קאליש
  • העניך ליינער פון ראדזין נפ ד טבת תרנ א רבי מרדכי יוסף אלעזר ליינער פון ראדזין תרל ג - כ ו שבט תרפ ט דער תפארת יוסף רבי שמואל שלמה ליינער פון ראדזין
  • דער בעל מחבר פון די ספרים בית יעקב וואס איז געווען א זון פון רבי מרדכי יוסף ליינער מחבר פון מי השילוח, דער ערשטער רבי פון איזשביצא. רבי גרשון העניך
  • פינחס מנחם אלטער פון גער פארזיצער רבי יוסף שלום אלישיב פארזיצער רבי מרדכי יוסף אלעזר ליינער פון ראדזין רבי אלעזר מנחם מן שך רבי שלמה זלמן אויערבאך רבי
  • העדה החרדית ר יוסף שיינבערגער נפטר געוארן. בח ח אנקעטע: פרייע אידישע צייטונגען: הארץ, מעריב, ידיעות אחרנות פארלירן נאכאנאנד ליינער בשעת ווען די חרדישע

Users also searched:

...