Топ-100
Back

ⓘ עדה החרדית. די עדה החרדית איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים דורך די רבנים און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדערט יאר צוריק, בראש פון הרב יוסף חיים זאנענפעלד זצל ..




עדה החרדית
                                     

ⓘ עדה החרדית

די עדה החרדית איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים דורך די רבנים און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדערט יאר צוריק, בראש פון הרב יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל מחבר פון שלמת חיים. דער גאב"ד היינט איז הרב יצחק טובי ווייס, דער ראב"ד איז הרב משה שטערנבוך, דער יו"ר וועד הכשרות איז הרב נפתלי הלברשטאם און דער אלגעמיינער פארוואלטער איז גבריאל צבי פאפנהיים מנכ"ל וועד הכשרות.

איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אונטער איין הלכהדיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפן. גלייך ביי איר גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן דער ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע אשכנזים און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אנגעהויבן צוצושטעלן כשרע מקוואות און געבן הכשרים אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע השגחה ביי די פרומע אידנטום, אויך פירן זיי אן מיט די הפגנהס קעגן די ציונים.

דער ערשטער גאב"ד פון דער עדה איז געווען ר יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל וואס האט געהאלטן שטארקע דרשות מחזק צו זיין די עדה-נאכפאלגער. נאך אים איז געווען אב"ד הרב יוסף צבי דושינסקי.

שפעטער איז דער סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים, געווארן דער גאב"ד.

אין יאר התשל"ט ווען דער סאטמארער רב איז אוועק, איז דער גאב״ד טיטל איבער געגאנגען צו הרב יצחק יעקב ווייס ז"ל מחבר פון שו"ת מנחת יצחק, צוליב זיינע פילע אויפגעכאפטע תשובות וואס ער האט געשריבן און איז צעשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט.

אין יענער תקופה האט דער בעלזער רב ישכר דוב רוקח דער צווייטער געגרינדעט אן אייגן בי"ד און וועד הכשרות.

נאך דעם בעל מנחת יצחק ז"ל איז אויך געוארן גאב"ד העדה, ר משה אריה פריינד ז"ל וואס איז אויך געווען רב אין סאטמאר ביהמ"ד "אהל רחל" וואס געפינט זיך אויף רחוב יואל אין ירושלים, נאך אים איז געווען גאב"ד הרב דושינסקי, וואס איז אוועק אין יאר התשס"ב, היינט איז דארט הרב יצחק טוביה ווייס שליט"א.

צווישן דער הנהלה איז יארן געווען גרשון שטעמער און שלמה פאפנהיים. דער לאנגיעריגער סופר פונעם בית דין פון דער עדה איז געווען רבי מנחם דאווידאוויטש.

                                     

1. די רבנים פון דער עדה גאב"ד

  • הרב משה אריה פריינד 1989-1996.
  • הרב יצחק יעקב ווייס 1979-1989.
  • הרב יוסף חיים זאנענפעלד ---1932.
  • הרב זעליג ראובן בענגיס 1948-1953
  • הרב ישראל משה דושינסקיא 1996-2003.
  • הרב יצחק טוביה ווייס 2003-היינטיגער.
  • הרב יואל טייטלבוים,סאטמארער רבי 1953-1979.
  • הרב יוסף צבי דושינסקיא 1932-1948.
                                     

2. די ראשי בית דין ראב"ד

  • הרב ישראל משה דושינסקיא 1989-1996.
  • הרב משה נחום וואלנשטיין.
  • הרב יצחק יעקב ווייס 1972-1979.
  • הרב מרדכי לייב רובין 1924-1929
  • הרב ישראל יעקב פישער 1996-2003.
  • הרב פינחס עפשטיין 1948-1968.
  • הרב משה אריה פריינד 1979 - 1989.
  • הרב זעליג ראובן בענגיס 1938-1948.
  • הרב משה שטערנבוך 2003 היינטיגער.
  • הרב דוד יונגרייז 1972-1968.