Топ-100
Back

ⓘ URL, וואס איז די ראשי תיבות פון Uniform Resource Locator, איז א נאכאנדיקייט פון סימבאלן מיט א געוויסן סינטאקס וואס דינט צו לאקירן א וועב בלאט אדער אן אנדער רעסו ..




                                     

ⓘ URL

URL, וואס איז די ראשי תיבות פון Uniform Resource Locator, איז א נאכאנדיקייט פון סימבאלן מיט א געוויסן סינטאקס וואס דינט צו לאקירן א וועב בלאט אדער אן אנדער רעסורס אויף דער אינטערנעץ. אין פאפולערער שפראך איז אן URL דער וועבזייטל אדרעס אדער בלאט אדרעס ". למעשה, איז א URL א געוויסער אופן פון א URI, אבער פראקטיש טוט מען ניצן די עלטערע פארעם URL.

א URL האט עטלעכע טיילן:

  • א פראטאקאל. אפטמאל היפערטעקסט טראנספער פראטאקאל HTTP.
  • דעם נאמען אדער אדרעס פון דעם געזוכטן קאמפיוטער. זייער אפט הייבט אן דער קאמפיוטער נאמען מיט www. ראשי תיבות פון World Wide Web, אבער דער אדמיניסטראטאר פונעם קאמפיוטער קען אויסקלויבן נאר וועלכן נאמען.
  • דעם אפטייל סימבאל //

אין געוויסער פעלער אנטהאלט דער URL אויך:

  • אין פאל פון א סקריפט, פאראמעטערס נאך א פראגע צייכן?
  • באניצער נאמען און פאסווארט צו דערגרייכן א געוויסן בלאט
  • טעקסט נאכן # סימבאל, וואס באצייכנט א געוויסן פאראגראף אין א בלאט.
  • דעם וועגל צו א דאקומענט, סקריפט אא"וו.