Топ-100
Back

ⓘ שלמה זלמן ליפשיץ. הרב שלמה זלמן ליפשיץ איז געווען דער ערשטער שטאטס רב פון ווארשע און דער מחבר פון חמדת שלמה, שות אויף די פיר חלקים פון שולחן ערוך. ..




שלמה זלמן ליפשיץ
                                     

ⓘ שלמה זלמן ליפשיץ

הרב שלמה זלמן ליפשיץ איז געווען דער ערשטער שטאטס רב פון ווארשע און דער מחבר פון "חמדת שלמה", שו"ת אויף די פיר חלקים פון שולחן ערוך.

                                     

1. ביאגראפיע

שלמה זלמן איז געבוירן געווארן אין יאר תקכ"ה צו זיין פאטער הרב יצחק בן ר יואל ליפשיץ אין פוזנא היינט פוילן. פון קינדווייז אן האט ער מקדיש געווען זיין צייט צו לערנען תורה. ביי די 17 יאר האט ער געהייראט די טאכטער פון ר יקיר, פון די גרויסע גבירים אין דער פוזנער קהילה, וואס האט אים געגעבן א גרויסן סכום פאר א נדן, און האט אים צוגעזאגט 10 יאר קעסט. נאך געציילטע יארן איז זיין ערשטע ווייב נפטר געווארן, מיט וועמען ער האט געהאט זיינע קינדער, ר יואל און רבי שלמה. נאך איר פטירה האט ער געהייראט איר שוועסטער, פייגיל. זיין שווער האט אים ווידעראמאל געגעבן א שיינעם נדן, און האט אים צוגעזאגט נאך צען יאר קעסט. ביי די 40 יאר, ווען ער איז שוין געווען 22 יאר ביי זיין שווער, האט ער געדארפט גיין זוכן א פרנסה. אין מסחר האט ער נישט געהאט קיין הצלחה, ביז אין תקס"ד האט ער באקומען דאס רבנות פון נאשעלסק. אין יאר תקע"ט האט מען אים באשטימט רב פון פראגא היינט א פארשטאט פון ווארשע, און אין תקפ"א איז ער געווארן דער ערשטער הויפט רב פון ווארשע.

                                     

2. זיינע תלמידים

  • רבי נחום לעווי אב"ד שאדיק, מחבר ספר אבני קודש - שו"ת וחידושים בש"ס ופוסקים.
  • רבי חיים יהודה לייב הלוי עפשטיין, אב"ד קאלאשין, מחבר ספר שו"ת פרי חיים.
  • רבי נתן נטקע שפיגלגלאס, דיין אין ווארשע - מחבר פון שו"ת מאורות נתן.
  • רבי יעקב יהודה לייב לעווי אב"ד שלעשין, און דיין אין ירושלים, מחבר פון "בית לאבות" אויף פרקי אבות.
                                     

3. פטירה

די נאכט פון י"א ניסן התקצ"ט, איז נפטר געווארן רבי שלמה זלמן. זיין קבר געפינט זיך אין דער ווארשעווער בית עולם אויף א בערגל ביים צענטראלן אריינגאנג, מיט אן אוהל אויף זיין קבר.

                                     
  • ה תקצ ו - רבי ארי לייב ראצקער אב ד ראדין ה תקצ ט - הרב שלמה זלמן ליפשיץ אב ד ווארשע, מחבר פון חמדת שלמה ה תרס ח - רבי יעקב משה ב ר ישעי שווארץ אב ד ארטה - קראלי
  • וויליאם דער פערטער, מלך פון בריטאניע געש 1837 רבי שלמה זלמן ליפשיץ מחבר פון חמדת שלמה ערשטער הויפט רב פון ווארשע נפטר 1839 וויקימעדיע קאמאנס
  • פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן געש 1908 26סטן מערץ - רבי שלמה זלמן ליפשיץ מחבר פון חמדת שלמה ערשטער הויפט רב פון ווארשע געב 1765 3טן אקטאבער
  • וואן בעטהאווען, דייטשער קאמפאזיטאר געב 1770 1839 - רבי שלמה זלמן ליפשיץ מחבר פון חמדת שלמה ערשטער הויפט רב פון ווארשע געב 1765 1945 - דייוויד
  • ישראל צבי יאיר דאנציגער, אלעקסאנדער רבי אין בני ברק די ווייב פון רבי אלעזר ליפשיץ מרת מלכה, די ווייב פון רבי ישעיה פון פשעדבארז רבי חנוך העניך הכהן לעווין
  • במנוחתינו, יוסף שליסקי 38 רצה השם, גרשון סיראטא 39 אב הרחמים היטיבה, שלמה זלמן שווייד 40 אנא עבדא, יוסף שמידט 41 אב הרחמים הוא ירחם, ישראל שאר 42
  • די ווייב פון רבי משולם זלמן יונתן ליפשיץ זצ ל - ב ר ח אלול ה תרט ו רב אין בריגעל, א זון פון אריה דבי עילאי. רבי טוביה ליפשיץ פון בריגעל. רבי ירוחם

Users also searched:

...