Топ-100
Back

ⓘ טראני טווערסקי. הרבנית טראני טווערסקי איז געווען די רביצין פון דעם דריטן סקווערער רבין, רבי יעקב יוסף טווערסקי. זי איז געווען די טאכטער פון רבי פיניעלע אוסטילער ..




                                     

ⓘ טראני טווערסקי

הרבנית טראני טווערסקי איז געווען די רביצין פון דעם דריטן סקווערער רבין, רבי יעקב יוסף טווערסקי.

זי איז געווען די טאכטער פון רבי פיניעלע אוסטילער און מרת חנה רחל, טאכטער פֿונעם בעלזער רב, רבי ישכר דוב רוקח.

זי איז געווען באקאנט אלס א ריכטיגע רביצין א שם דבר, זייענדיג אן איבערגעבליבן צווייגל פון דער בעלזער משפחה, ווי זי איז אויפגעוואקסן אירע יונגע יארן, א איינאיינציגע פלומעניצע פונעם בעלזער רב רבי אהרן פון איין מאמע, וואס דער בעלזער רב אליין האט זיך אזוי אויסגעדרוקט זי איז דאך אן אייגענע.

עס ווערט דערציילט אויף איר גאר גרויסע שבחים, וואס צווישן זיי, האט געזאגט אויף איר דער פריערדיגע בעלזער רב ר ישכר דוב איר זיידע, מיין טראנעלע פעלט נאר דאס קאלפיק, מיינענדיג צו זאגן אז זי איז א בעלת דעת פאר זיך און איז ראוי צו גרויס חשיבות.

ווען זי איז געווארן א בת מצוה, האט זי באקומען פון איר זיידע רבי ישכר דוב מבעלזא א פאר לייכטער צו צינדן שבת לעכט, און האט איר געזאגט: זאלסט אויסבעטן ביי די לעכט, אז די אויגן פון דיין צוקונפטיגן חתן, זאל לייכטן אין תורה.

זי איז געווען באקאנט אלס א גאר גרויסע עסקנטע צו העלפן יודן, מיט שידוכים מיט הכנסת כלה און ספעציעל דעם מוסד בית לפליטות וואו זי האט געקריגן דעם טיטל נשיאה איבער דעם.

                                     

1. נאמען

איר נאמען טראני איז נאך איר באבע, די רעביצין פון רבי מאטעלע רחמיסטריווקער. היינט צו טאגס פילע פרויען אין סקווירא טראגן מיט שטאלץ איר נאמען. אויכעט א גרויסע צאל פון אפשטאמלינגען פונעם פריערדיגן וויזשניצער רבי פון מאנסי, רבי מרדכי האגער און פונעם רחמיסטריווקער רבי פון אמעריקע, רבי חי יצחק טווערסקי, הייסן נאך איר.

                                     
  • טווערסקי דער פריערדיגער סקווערער רבי און גרינדער פון שיכון סקווירא וועלכער געפינט זיך אין הינטערלאנד ניו יארק, און צו זיין מוטער מרת טראני טווערסקי
  • הרבנית טראני ע ה, די רעבעצין פון ר יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא, און זיין איינציג געבליבענער אייניקל, דער היינטיגער סקווערער רבי, ר דוד טווערסקי האט
  • ר יעקב יוסף טווערסקי ט ו תמוז, ה תרנ ט - ב ניסן, ה תשכ ח איז דער סקווערער רבי וואס האט געגרינדעט דאס שטעטל שיכון סקווירא אין ניו יארק, און דארט ליגט
  • ר מנחם. ר י וויזניץ מרת טראני די ווייב פון הרב יוחנן זון פון איהר פעטער ר אברהם יושע העשיל זון פון רבי חי יצחק טווערסקי רחמיסטריווקער רבי אין אמעריקע
  • טווערסקי הי ד רבי פיניעלע אוסטילער ה תר ם - י ט אייר ה תש ג פון אוסטילא. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב ישכר דוב רוקח רב אין בעלזא. מרת טראני

Users also searched:

...