Топ-100
Back

ⓘ געאמעטריע ..




                                               

דרייעק

דרייעק איז א פּאָליגאָן מיט 3 ריפּן וואס האט דריי עקן. טעארעטיש איז דער באטרעף פון דער גאנצער דרייעק 180 גראד. די לענגסטע זייט פון א דרייעק איז קעגן איבער דעם גרעסטן ווינקל, און די קלענסטע זייט איז קעגן איבער דעם קלענסטן ווינקל.

                                               

הייך

הייך איז די מאס פון ווערטיקאַלער ווייַטקייט, אָבער ווערט געניצט מיט צוויי באזונדערע באדייטן. עס קען אָדער אָנווייַזן ווי "גרויס" עפּעס איז, אָדער ווי "הויך אַרויף" עס איז. פֿאַר בייַשפּיל "די הייך פון דעם בנין איז 50 מעטער" אָדער "די הייך פון דעם אַעראָפּלאַן איז 10.000 מעטער". הייך איז געמאסטן אויף דער ווערטיקאַלער אַקס פון אַ ספעציפירטן פונקט צו אן אנדער פונקט.

                                               

היפאטענוז

א היפאטענוז איז די לענגסטע זײַט פון א גראָד-ווינקל דרייעק, די זײַט אנטקעגן דעם גראד ווינקל. די לענג פונעם היפאטענוז קען מען רעכענען מיטן פיטאגאראס פרינציפ, לויט וואס דער קוואדראט פון דער לענג פונעם היפאטענוז איז גלײַך צום באטרעף פון די קוואדראטן פון די צוויי אנדערע זײַטן. צום ביישפיל, ווען איינע פון די אנדערע זײַטן איז לאַנג 3 מעטער מיט קוואדראט, 9 מ² און די צווייטע איז לאנג 4 מ מיט קוואדראט, 16 מ². די סומע פון די צוויי קוואדראטן איז 25 מ². די לענג פונעם היפאטענוז איז דער קוואדראט ווארצל דערפון, ד"ה 5 מ. דאס ווארט היפאטענוז שטאַמט, לויט טייל מקורות, פון גריכיש ὑποτείνουσα היפאטיינוזא, א צו ...

                                               

ווינקל

אין געאמעטריע, איז א ווינקל א טייל פון א פלאך וואו צוויי שטראלן קומען צוזאמען אין א פונקט. דער פונקט וואו די ביידע שטראלן קומען צוזאמען רופט מען דעם שייטלפונקט אדער שייטל. די גרייס פון א ווינקל איז דאס פארהעלטעניש פון א קרייזבויגן צו זיין ראדיוס. דער צענטער פונעם בויגן איז דער שפיץ פונעם ווינקל און דער ראדיוס איז די לענג פון די זייטן. אזוי אויך קען מען מעסטן א ראטאציע ארום דעם צענטער פון דער ראטאציע. מען מעסט די גרייס פון א ווינקל אין גראד אדער ראדיאנען. א גאנצע רעוואלוציע איז א ווינקל פון 360º אדער 2π ראדיאנען. א גלייכווינקל אדער גראדווינקל איז א פערטל פון א גאנצער רעוואלוציע, ד"ה 90º אדע ...

                                               

זייגערדיק

א זייגערדיקע באַוועגונג איז איינע וואָס באוועגט אין אַ קרייַז ווי דער שאטן פון א זונזייגער אדער ווי די הענט פון א זייגער: פון אויבן אראפ רעכטס, דערנאך אַראָפּ, דעמאָלט צו לינקס, און צוריק צום שפּיץ. די פאַרקערט פון זייגערדיק איז קעגן־זייגערדיק. די באַוועגונג איז פון אויבן אראפ לינקס, דערנאך אַראָפּ, דעמאָלט צו רעכטס, און ענדלעך צוריק אַרויף צום שפּיץ.

                                               

זעקסעק

א זעקסעק איז א פילעק מיט זעקס ריפן. אין אן איינפאכן זעקסעק באטרעפן די זעקס אינעווייניגע ווינקלען פון א זעקסעק 720º. די פלאך מאס פון א רעגלמעסיקן קאנוועקסן זעקסעק מיט ריפ לענג a ווערט גערעכנט: A = 3 2 a 2 cot ⁡ π 6 = 3 2 a 2 ≃ 2.59808 a 2. {\displaystyle A={\frac {3}{2}}a^{2}\cot {\frac {\pi }{6}}={\frac {3{\sqrt {3}}}{2}}a^{2}\simeq 2.59808a^{2}.}.

                                               

טראפעז

אין געאמעטריע איז א טראַפּעז א פירעקיקער פֿילעק פֿארעם מיט צוויי פאראלעלע ריפן. אויב איינע פון די זייטנדיקע ריפן איז גראדע צום פאראלעל הייסט דאס א גלייך ווינקלדיקער טראפעז. אויב זיינען אלע ריפן פאראלעל הייסט דאס א פאראלעלאגראם. אויב זיינען אלע ריפן פאראלעל און די זעלבע גרייס הייסט דאס א לעקעך.

                                               

לענג

לענג איז דער לאנג דימענסיע פון יעדער אביעקט. די לענג פון א זאך איז פשוט די ווייטקייט צווישן ביידע עקן פון די זאך. ביישפילן פון לענג זענען הייך וואס איז די ווערטיקאל ווייטקייט. און ברייט וואס איז די ווייטקייט פון זייט צו זייט.

                                               

ספערויד

א ספֿערויד, אדער ראטאַציע עליפסויד, איז אן אייבערפלאך וואס מען באקומט פון ארומדרייען אן עליפס ארום איינעם פון זיינע הויפט אַקסן, ד"ה אן עליפסויד וואס האט צוויי האלב־דיאמעטערס גלייך. אינעם פאל וואס מען דרייט דעם עליפס ארום זיין גרעסערן אקס, באקומט מען א ספערויד אזוי ווי א ראַגבי באל; אינעם פאל וואס מען דריים אים ארום זיין קלענערן אקס, באקומט מען א פלאכן ספערויד אזוי א לינז. טאמער דער עליפס איז א קרייז, ווערט געשאפן א קיילעך. צוליב גראוויטאציע און די ראטאציע פון דער ערד, האט זי די פארעם פון א קיילעך וואס איז א ביסל פלאך אויף איר אַקס, דערפאר ווערט זי גערעכנט ווי א פלאכער ספערויד.

                                               

פארעם

פֿארעם באציט זיך געוויינליך אויף דער דרויסענדע צוויי־ אדער דריי־דימענסיענעלער ראם, אויסזען אדער אויסשטעל פון א געאמעטרישן פיגור - אין קאנטראסט צו דער זאך פון אינעווייניג ווי דער אינהאלט אדער סובסטאנץ פון וואס סאיז צאמגעשטעלט. דאס ווארט פארעם איז א פענאמענע: דעריבער א דרשה וואס קען אנטהאלטן מייסטערהאפטיגע העליכע ווערטער ארגומענטן און רעיונות, אויב איז נישט דער פארעם, דאס הייסט דער פלאץ רעדנער, אדער אויסלייג פון גראמאטיק, סטיל, ארגאניזאציע פון ווערטער, שלעכט. דאן איז דער פארעם נישט גוט, אבער די תוכן הדרשה יא גוט. עס דינט אויכעט אנצורופן אן אפליקאציע וואס מדארף אויספילן, אדער אין קאמפיוטער שפ ...

Users also searched:

...