Топ-100
Back

ⓘ יושע ווידער. יהושע ווידער איז געווען א בארימטער חזן, בעל מנגן און קאמפאזיטאר. פארן צווייטן וועלט קריג האט ער געדינט אלס חזן אין קהל ספרדים אין מישקאלץ. ער איז ג ..




                                     

ⓘ יושע ווידער

יהושע ווידער איז געווען א בארימטער חזן, בעל מנגן און קאמפאזיטאר.

פארן צווייטן וועלט קריג האט ער געדינט אלס חזן אין "קהל ספרדים" אין מישקאלץ. ער איז געווען א סיגעטער חסיד.

                                     

1. ביאגראפיע

זיין פאטער איז געווען ר אשר ווידער‏ א בארימטער חזן און בעל תפלה, א סיגעטער חסיד.

אין די יאהרן פונעם צווייטן וועלט קריג האט ער געארבעט אין א צעמענט פאבריק וואו זיין שטימע איז אביסל געשעהדיגט געווארן פון דער שטיקיגער לופט דארט. אבער מיט דעם אלעם איז ער נאכן קריג געווען איינער פון די גרעסטע חזנים, און מיט זיינע הערליכע הארציגע קאמפאזיציעס ווי "לעולם יהא אדם", "אהבה רבה", "ממקומך", "רבון העולמים" און נאך האט ער זיך באריהמט געמאכט אין דער וועלט פון חזנות.

ער האט געוואוינט אין מאנטרעאל, קאנאדע, וואו ער איז געווען חזן ביז זיין פטירה.

ער פלעהגט אסאך קומען קיין ניו יארק זינגען ביים פריערדיגן סאטמארער רבין רבי יואל טייטלבוים. סאיז נאך פארבליבן א "הנרות" וואס ער האט געזינגען אין סאטמאר.

ער איז נפטר געווארן י"ד לחודש אלול אין יאר תשכ"ג.

זיינע אייניקלעך זענען אלע חסידישע סאטמארער אינגעלייט.

                                     

2. שטימע

ער האט געהאט א אייגנארטיגע דינע מתיקותדיגע שטימע מיט וועלכע ער פלעגט זינגען מיט א שטארקע ווארעמקייט און קאלאראטור. זיינע קאמפאזיציעס קען מאכן א מענטש צוגיין, ווי ער קריכט אריין אין דער נשמה מיטן אויסציען די ווערטער און זיך ממש בעטן און אויסגיסן דאס הארץ ביים זינגען.

ער ווערט פאררעכנט אלס געוואלדיגער "זאָגער".

ער האט געהאט נאר איין לונג.

                                     
  • רבי ישכר דוב רוקח. רבקה מרים ווייב פון רבי שמואל פרענקל, זון פון ר אברהם יושע העשיל פרענקל פון הובניב, אייניקל פון רבי שלום רוקח פון בעלז מירל ווייב פון
  • בעדה החרדית ירושלים, מיט זיין ברודער ר ירמי סערדאהעלי רב אין ב ב. ר יושע לייפער - הרב מטעמשוואר, און נשיא מכון עוז והדר העולמי. דער ערשטער רב אין
  • אין סיי ביים ים סוף, אין סיי מ האט גיזעהן וואס הייסט הייליגער באשעפער. ווידער מלכות ווייזט אויף מלך העולם ער איז דער מלך פון דער וועלט, ער איז משגיח בתחתנים
  • ביהמ ד בית ברוך אין קרית יואל מרת מרגלית, די ווייב פון רבי יוסף רוקח ר יושע מענדלוויטש ר שמואל הכהן פרידמאן ר שלמה זלמן שטיין ר חיים שלמה פישער טעקע: Aaron

Users also searched:

...