Топ-100
Back

ⓘ יוסף שליסקי איז געווען א חזן אין ניו יארק. ער איז געווען פון די גרויסע טענאר חזנים נאכן ערשטן וועלט קריג, און ער האט איבערגעלאזט אסאך קאָמפּאָזיציעס פון וואס מע ..




יוסף שליסקי
                                     

ⓘ יוסף שליסקי

יוסף שליסקי איז געווען א חזן אין ניו יארק. ער איז געווען פון די גרויסע טענאר חזנים נאכן ערשטן וועלט קריג, און ער האט איבערגעלאזט אסאך קאָמפּאָזיציעס פון וואס מען קען נאך היינט זעהן זיין גרויסקייט.

                                     

1. ביאגראפיע

שליסקי איז געבוירן אין אסטראווצע, קאנגרעס פוילן. אלס קינד האט ער געזונגען אין דעם שול־כאר אין זיין שטאט. ביי די זיבן יאר האט דער חזן געכאפט אים מיט נאך קינדער אינעם כאר זאגנדיג צו זייערע עלטערן אז ער נעמט זיי צו זינגען אין לאנדאן. ווירקליך האט ער געברענגט די קינדער קיין טאראנטא אין קאנאדע, וואו מהאט זיי געצוואונגען צו זינגען פארן ציבור.

ווען יוסף איז געווארן קרוב צו 13 האט ער זיך געוואנדן צו דער יידישער קהילה אין טאראנטא און געבעהטן צו פירן זיין בר מצווה אין דער שול, און האט געמאכט א גרויסן איינדרוק אויף דער קהילה. איינער פון די מתפללים האט געגעבן אכט אויף אים און האט פינאנצירט זיינע שטודיעס. ווען יוסף איז געווארן אלט 17 האט יענער יוד גענומען אים פאר אן איידעם.

ער האט גראדואירט אין יאר 1917 פון דער "ראיעל קאנסערוואטאריע פון מוזיק" אין טאראנטא.

אין תר"פ האט שליסקי געהערט אז די סלאנימער שול אין ניו יארק זוכט א חזן. ער איז אריבער צום ראש הקהלס לעדער פאבריק, דארט האט ער געזונגען אויף פראבע, און דער ראש הקהל האט אים אויפגענומען אויפן ארט. צוויי יאר איז ער געווען חזן אין דער סלאנימער שול, דערנאך האט ער געהאט פארשידענע פּאָסטנס אין שוהלן אין ניו יארק.

מען האט פארגעשלאגן פאר אים צו זינגען אין דער אפערע, אבער ער האט אָפּגעזאגט. דאך האט ער רעקארדירט צוויי ארייעס אויף יודיש.

זיינע באוואוסטע חזנישע שטיקלעך זענען "אנא בכח", "לעולם יהא אדם" און "תכנת שבת".

אין פרילינג תרצ"ד, נאכן ענדיגן זינגען "אנא בכח" פרייטיג-צו-נאכט, איז יוסף שליסקי איינגעפאלן און פארלוירן זיין באוואוסטזיין. מהאט אים דיאגנאזירט מיט אן אנפאל, און ער איז געליגן אין שפיטאל פאראליזירט מער ווי 20 יאר, ביז זיין פטירה אין תשט"ו. ער האט געהאט א ריזיגע לוויה, מער ווי הונדערט טויזנט מענטשן האבן אים מלווה געווען.

                                     

2. קאמפאזיציעס

מערסטע קאמפאזיצעס וואס ער האט רעקארדירט איז ספעציעל קאמפאזירט געווארן פאר איהם דורך מאיר פאזנער.

  • הבן יקיר לי
  • תניא, תיקוני שבת
  • תכנת שבת
  • אמר רבי אלעזר
  • קול השם
  • רפאינו
  • קדוש אתה
  • ברכת כהנים
  • מזמור לדוד
  • רצה במנוחתינו
  • לאל עורך דין
  • על הצדיקים
  • די ארייע רחל
  • בראש השנה
  • רבונו של עולם, ספירת העומר
  • ובמקהלות
  • פערל פישערס
  • אשרי
  • לעולם יהא אדם
  • אב הרחמים
                                     

3. וועבלינקען

  • זשעפרי שיסלער, יוסף שליסקי אינעם "חזנות" וועבזייטל אויף ענגליש
  • א אלבאם פון שליסקי אויף דזשודעיקאו סאונד ארכיוו
  • חזנות שטיקלעך פון יוסף שליסקי אין "Save the Music" וועבזייטל
                                     
  • סקאנטארפ, פאראייניגטע קעניגרייך פינעטא, איטא ליע בעקעבאד, אוזבעקיסטא ן יוסף שליסקי חזן קאארדינאטן: 50 56 N 21 24 E 50.933 N 21.400 E 50.933 21
  • 11 השם מלך, יאסעלע ראזנבלאט 12 המכבה את הנר, צבי בארנשטיין 13 תניא, יוסף שליסקי 14 רזא דשבת, יאסעלע מאנדלבוים 15 כד עיל שבתא, זבולון קווארטין 16 אהבת

Users also searched:

...