Топ-100
Back

ⓘ באכריין איז אן אינזלשטאט וואס געפינט זיך אין אן ארכיפעלאג אין דעם פערסישן איינגאס, אין דרום-מערב אזיע, אינעם מיטל מזרח. סאודי אראביע ליגט מערב פון באכריין מיט פ ..




באכריין
                                     

ⓘ באכריין

באכריין איז אן אינזלשטאט וואס געפינט זיך אין אן ארכיפעלאג אין דעם פערסישן איינגאס, אין דרום-מערב אזיע, אינעם מיטל מזרח. סאודי אראביע ליגט מערב פון באכריין מיט פלאך וואסער צווישן זיי, קאטאר איז צו דרום, אריבער דעם באכריינער איינגאס. אין 1986 איז געעפנט געווארן א שאסיי בריק איבער דעם וואסער צווישן באכריין און סאודי אראביע, מעל המים, און מען פלאנירט עפענען אן ענלעכן בריק צו קאטאר.

באכריין האט די גיכסטע וואקסענדע עקאנאמיע אין דער אראבישער וועלט.

                                     

1. היסטאריע

די פארטוגעזן האבן איינגענומען די אינזלען אין 1521. די פערסער האבן געקעמפט קעגן די פארטוגעזן און אין 1743 האבן זיי געזיגט. זיי האבן געהאלטן באכריין ביז 1783 ווען אן אראבישער שבט האט איינגענומען די אינזלען. דער שבט הערשט דארט ביזן היינטיגן טאג דורך דער על כאליפא משפחה.

                                     

2. יידן אין באכריין

שוין אין 7טן יארהונדערט איז געווען אין באכריין א יידישער קהילה. דער יידישער רייזנדער, רבי בנימין טודעלער וואס האט באזוכט דעם ראיאן אינעם 12טן יארהונדערט דערמאנט די קהילה. אינעם 19טן יארהונדערט זענען געקומען צום אינזל אומגעפער 1500 יידן פון איראן, אינדיע און איראק, און דער אינזל איז געווארן א האנדל־צענטער. איינע פון די גאסן האט געהייסן "יידנגאס" און די געשעפטן דארט זענען געווען פארמאכט שבת. פון 1932, האבן אנגעהויבן אנטיסעמיטישע געפילן און יידישע הייזער זענען צעשטער געווארן און שולן פארשוועכט, און מהאט אוועקגעגנבעט די ספרי תורה. ביי די 1960ער יארן זענען נאר געבליבן בערך 250 יידן, וואס רוב פון זיי האבן זיך פארלאזט דאס לאנד. היינט וואוינען דארטן נאר ענצעלע יידן.

אין דעם פארלאמענט איז איין זיץ רעזערווירט פאר א ייד. דער אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע איז א יידענע, הודא אזאר נונו, פון א יידישער משפחה אין איראק.

                                     
  • איסלאמיש. מערב אזיע נעמט איין די דאזיקע לענדער: איראן איראק אמאן ארמעניע באכריין טערקיי ישראל יארדאניע לבנון סאודי אראביע סיריע פאראייניגטע אראבישע עמיראטן
  • אוזבעקיסטאן, און אויך א ביסל אין ארמעניע, טורקמעניסטאן, אזערביידזשאן און באכריין די היסטאריע פון די שפראך ווערט צוטיילט אין דריי פעריאדן: די אלטע מיטעלע
  • כמעט אלע לענדער איז די רעליגיע, סוני איסלאם, מיטן אויסנאם פון איראק, און באכריין ווי א מאיאריטעט זענען שיאטן, אין לבנון זענען די שיאטן א גרויסע מינאריטעט
  • גרענעצן מיט יארדאניע און איראק צו צפון און צפון מזרח, קואווייט, קאטאר, באכריין און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן צו מזרח, אמאן צו דרום מזרח, און תימן
  • איראן, ברוניי, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, קאטאר, קואווייט, סאודי אראביע, באכריין און אמאן. אנגוס מאדיסאן שרייבט אז די טויזנט יאר פאר יאר 0 האט אינדיע געהאט
  • פעדעראציע קעניגרייכן, האבן אנגעהויבן א ריי געשפרעכן, מיט קאטאר, און מיט באכריין צו שאפן א פאראייניגונג מיט זיי, עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, און די צוויי
  • קואווייט, און אלזשיר. אין די 1970ער יארן די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, באכריין קאטאר, אמאן, מארעטאניע, סאמאליע, דזשיבוטי און אש ף אלס א פא לעסטינער
  • אפריקע אויסער איראן, טערקיי, און ארץ ישראל. די אראבישע לענדער זענען אלזשיר, באכריין עגיפטן, איראק, ירדן, קואווייט, לבנון, ליביע, מאראקא, אמאן, קאטאר, סאודי
  • די לענדער ארום די איינגאס. פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, סאודי אראביע, באכריין א אינדזל, קאטאר וואס איז א האלב אינדזל פון סאודי אראביע, קאווייט און איראק
  • אינדאנעזיע אינדיע איראק איראן א מא ן אפגאניסטאן ארמעניע בהוטאן באכריין באנגלאדעש ברוניי גרוזיע דרום קארעע וויעטנאם טאדזשיקיסטאן

Users also searched:

...