Топ-100
Back

ⓘ קראי. א קראי איז איינער וואס גלייבט אז מען דארף די תורה אויסטייטשן לויטן פשוטן פשט - די פשט וואס, לויט זיי, וואלטן פארשטאנען די אידן וואס האבן געלעבט ווען די תו ..




קראי
                                     

ⓘ קראי

א קראי איז איינער וואס גלייבט אז מען דארף די תורה אויסטייטשן לויטן פשוטן פשט - די פשט וואס, לויט זיי, וואלטן פארשטאנען די אידן וואס האבן געלעבט ווען די תורה איז געגעבן געווארן. זייערע פשטים זענען אפט נישט די זעלבע פשטים וואס די חז"ל האבן געלערנט אין די פסוקים, און וואס לויט חז"ל איז געווען די פארשטענדעניש פון די אידן אין יענע צייט. זיי נעמען אויך נישט אן די "מצות דרבנן" וואס ווערן דערמאנט אין חז"ל אבער נישט אין די תנ"ך. כאטש זיי האבן אויך אייגענע מנהגים און סייגים, האלטן זיי אבער אז די מנהגים זענען נישט א חלק פון די תורה, און יעדער מעג האלטן וואסערע מנהגים מען וויל.