Топ-100
Back

ⓘ נר של שעוה קא. איז געגרינדעט געווארן דורך הרהח המפורסם ר לייבעלע גליק זל אין די בראשית יארן אין אמעריקע, און דער חרדישער וויליאמסבורג ווען ער האט זיך פארשאפט צו ..




                                     

ⓘ נר של שעוה קא.

נר של שעוה קא. איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"ח המפורסם ר לייבעלע גליק ז"ל אין די בראשית יארן אין אמעריקע, און דער חרדישער וויליאמסבורג ווען ער האט זיך פארשאפט צוויי ציגל וואקס פון א שיסטער און ער האט דאס אויספרובירט און עס איז ביז געציילטע יארן זיך אויסגעוואקסן אלס א ריזיגע פירמע, אזש עס איז ארויסגעשפראצן עטליכע קאנקורענטן.

שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קרית יואל זייענדיג דארטן פון די ערשטע תושבים, און באנזאם האט זיך אהינגעצויגן זיין פירמע.

און די 80ער יארן האט ער ארייגענומען זיין זון אלס געהילף און שפעטער איהם אנפאטרויעט און איבערגעגבן דעם גאנצן ביזנעס אפטיילונג און ער האט זיך בלויז אפגעגעבן מיטן צוהעלפן, אזוי אז שפעטער און די סוף 90ער יארן ווער ער איז נישט געזונט געווארן מיט פארקינסאן קרענק איז די פירמע ווייטער אנגענגאנגען אזוי ווי גארנישט וואלט פאסירט.

שפעטער און די 00ער יארן האט זיך די פירמע אויסגעברייטערט און עס האט זיך וויכטיג אויסגעפעלט א לאנגיעריגער ביזנעס מאן מיט ערפארונג און אנפירן גרויסע אפעראציעס, דאן איז אריין גענומען געווארן אלס שותף הרה"ח מאיר יעקב פאלאטשעק לאנגיעריגער פירער פון די באוואוסטע פאלאטשעק דאליס און בערעלעך, וואס ער האט דאן אויפגעגעבן זיין ביזנעס צוליב די כינעזער קאנקורענץ און ער איז דאן אויפגענומען געווארן אלס שותף, און ביזנעס אנלעגנהייטן אפעראציעס זענען זינט דאן אריבער צו איהם, און אזוי ווי עס איז אויסגעוואקסן פון ארט, און אין די שכינותדיגע געגנטער האט זיך שווער געטראפן אן ארט, האט ער דאן אין יאר 2009 געטוען וואס פולע לאקאלע ביזנעסער האבן געטון, ער האט זיך ארויסגעצויגן צו דעם פייוו סטאר/עמעזינג סעיווינגס קאמפלעקס וואס געפונט זיך אין קארנוואל ניו יארק וואס איז פונק דאן אפגעויפט געווארן דורך יחזקאל בראך און וואלף לעפקאוויטש ביידע חרדישע פילאנטראפן, וואס פון דאן אן איז דארטן די הויפטקווארטיר פון די פירמע כאטש עטליכע קלענערע פונקציעס ווערן נאך אויסגעפירט אויף אנדערע לאקאלן.