Топ-100
Back

ⓘ קאמפיוטער נעצווערקן ..




                                               

קאמפיוטער נעצווערק

א קאמפיוטער־נעצווערק איז א זאמלונג פון הארטווארג קאמפאנענטן און קאמפיוטערס צוזאמענגעבונדן דורך קאמוניקאציע קאנאלן, וואס דערמעגלעכט טיילן פון רעסורסן און אינפארמאציע. דאס הייסט אז צוויי אדער מער קאמפיוטערס צוזאמענגעבונדן דורך א קאמוניקאציע מיטל צו שיקן אינפארמאציע איז א נעצווערק. נעצווערקן ווערן קלאסיציפירט אדער לויטן מיטל וואס פירט די דאטן, אדער דער קאמוניקאציע פראטאקאל, אדער די טאפאלאגיע. א קאמוניקאציע פראטאקאל טוט דעפינירן די געזעצן און דאטן פארמאטן פאר אויסבייטן אינפארמאציע אין א קאמפיוטער נעצווערק. צווישן די באוואוסטע פראטאקאלן איז עטערנעט, וואס איז ברייט געניצט אין לאקאלע נעצווערק. קא ...

                                               

DNS

Domain Name System טײַטש: תּחום־נאָמען־סיסטעם איז אַ נעצװערק־פּראָטאָקאָל װעלכע טוט פֿארבײַטן קאָמפּיוטער נעמען וואס מענטשן קענען גרינג געדענקען, מיט IP אדרעסן מיט װעלכע קאָמפּיוטערס קאָמוניקירן. למשל װען מען טײַפּט אַרײַן אין אַ בלעטערער אַן אינטערנעט־אַדרעס, שיקט מען צו דער DNS אַ בקשה צו אױסלײזן דעם נאָמען צו זײַן פּאַסיקן IP־אַדרעס. אויך האַלט א DNS־דינער אנדערע נעמען, ווי למשל די MX רעקארד װעלכע איז באַשטימט צו אױסלײזן בליצפּאָסט אַדרעסן. אַ DNS־דינער איז דאס אדרעס־בוך פון דער אינטערנעט. די אינטערנעט פארמאגט 13 שורש־DNS־דינערס און דארט ווערן געהאלטן די תּחום־נעמען פאר אלע אינטערנעט תּ ...

                                               

Ethernet

Ethernet איז אַ װעג פֿון פֿאַרבינדן קאָמפּיוטערס צוזאַמען אין אַ לאָקאַלער נעצװערק. עס איז די מערסטע פֿאַרשפּרייטסטע שיטה פֿון פֿאַרבינדן קאָמפּיוטערס זײַט די 1990ער.

                                               

IP אדרעס

איי פי אדרעס איז דער אדרעס פון יעדן באזנודערן קאמפיוטער אויף א קאמפיוטער נעצווערק וואס ניצט די IP סיסטעם פאר קאמפיוטער נעאצװערקן. די אינטערנעט ניצט די IP סיסטעם. א יעדע מאשין וואס נעמט טייל אין א קאמפיוטער נעצווערק וואס ניצט IP - צום ביישפיל קאמפיוטערס, פרינטערס, אדער רוטירערס - האט אן IP אדרעסע. מען קען דאס באטראכטן ווי א היים אדרעסע אדער א טעלעפאן נומער. אן IP אדרעס קען זיין אז עס זאל אויסקוקן ווי עס געהערט צו מער ווי איין מאשין דורך א פראקסי אדער רוטירער וואס טוט נעט. IP אדרעסן ווערן פארוואלט דורך די אינטערנעץ אסיגנירן נומערן אויטאריטעט זיי געבן ארויס גאנצע שטיקער IP אדרעסן צו קלענער פא ...

                                               

IPv6

                                               

World Wide Web

די World Wide Web איז א צוזאמענשטעל פון פארבונדענע היפערטעקסט דאקומענטן וואס מרופט "וועב בלעטער", וואס אנטהאלטן אנדערע רעסורסן ווי בילדער און ווידעאס. דער צוטריט צו דער וועב איז דורך דער אינטערנעץ. אין א וועב בלאט זענען געוויסע ווערטער אדער פראזעס זענען פארבונדן מיט אנדערע בלעטער דורך היפערטעקסט. מען ליינט וועב בלעטער מיט א בלעטערער, וואס ווייזט דעם בלאט און די געלינקטע ווערטער אויפן עקראן. די טאטאליטעט פון וועב בלעטער אויף איין סוביעקט אונטער איין פארוואלטערשאפט און אין איין אינטערנעץ געביט ווערט גערופן א וועבזייטל.

                                               

LDAP

LDAP ר"ת פֿון ענגליש: The Lightweight Directory Access Protocol איז אַן אַפּליקאַציע־פּראָטאָקאָל צו נאָך פֿרעגן און מאָדיפֿיצירן Directory Services װעלכע לױפֿן איבער TCP/IP.