Топ-100
Back

ⓘ אלעקסאנדריע איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין עגיפטן, נאך קיירא, מיט א באפעלקערונג פון איבער פיר מיליאן איינוווינער. זי געפונט זי אויף די ברעגעס פון מיטלענדישן ים, ..




אלעקסאנדריע
                                     

ⓘ אלעקסאנדריע

אלעקסאנדריע איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין עגיפטן, נאך קיירא, מיט א באפעלקערונג פון איבער פיר מיליאן איינוווינער. זי געפונט זי אויף די ברעגעס פון מיטלענדישן ים, ביים אויסגאס פון נילוס. די שטאט געפונט זיך 208 קילאמעטער צפון מערב פון דער הויפטשטאט. אלעקסאנדריע איז די גרעסטע פארט שטאט אין עגיפטן.

                                     

1. היסטאריע

די שטאט איז געגרינדעט געווארן דורך אלכסנדר מוקדון, אין יאר 334 א"צ, און איז גערופן געווארן אזוי, נאכדעם וואס אלכסנדר האט אזוי גערופן דעם שטאט. תלמי דער ערשטער, האט געמאכט דעם שטאט פאר הויפט שטאט. עס איז געווען באוויסט אלס גאר א שיינע שטאט, מיט פארקן און געביידעס, תלמי האט געבויט די גרעסטע ליכט טורעם אינעם פארט, עס איז נאכדעם געווען פון די זיבן וועלט ווונדער. ביז די אנהייב פון די ציילונג פון קריסטן, איז אלעקסאנדיע געווען א פארגעשריטענע און געלערנטע שטאט, איינער פון די קעניגן, האט אויפגעשטעלט דארט אן אוניווערסיטעט. אלעקסאנדריע איז געווען די צווייט גרעסטע שטאט, אין די רוימישע אימפעריע, און א ריזן האנדלס צענטער.

תלמי דער ערשטער האט געגרינדעט די ביבליאטעק, וואס האט לויט געוויסע אנטהאלטן, 700.000 געשריבענע מגילות. אין יאר 47 ווען יוליוס קייסער, האט איינגענומען עגיפטן, איז די ביבליאטעק פארברענט געווארן. מארק אנטאני, האט טיילווייז איבערגעבויט, און אויפגעשטעלט די ביליאטעק פונדאסניי.

                                     

1.1. היסטאריע מיטל אלטער ביז היינט

די פערסישע אימפעריע, האט איינגענומען די שטאט אין יאר 616, די ביזאנטישע אימפעריע, האט ארויס געשטויסן די פערסן. ביז ווען די אראבער זענען אנגעקומען, אין 640, נאך א באלאגערונג פון 14 חדשים, איז די ביבליאטעק נאכאמאל חרוב געווארן. און די מוסלמענער, האבן אריבערגעפירט די הויפטשטאט קיין קיירא. דאס האט געברענגט צו אן אפשוואכונג אין כח פון שטאט. שפעטער ווען מען האט געפונען די נייע וועג קיין אינדיע, דורך ארומקרייזן אפריקע, האט אלעקסאנדריע נאך מער פארלוירן, פון איר גלאנץ, וועגן געשעפטן.

אין די צייטן פון מאכאמעד עלי, ווען ער האט געוועלטיקט אין עגיפטן, האבן זיך זאכן געטוישט. ער האט אויפגעטעלט די שטאט פון פריש, מיט אינזשענירן געברענגט פון אייראפע. אין 1869 איז דער סועץ קאנאל געפנט געווארן, וואס האט פארקורצט די וועג צו די ווייטע מזרח, און אלעקסאנדריע איז געווארן א סטאנציע פאר די שיפן.

                                     

1.2. היסטאריע אלעקסאנדריע היינט

היינט איז די פארט נאך אלס א גאר וויכטיגע פארט. די אימפארט עקספארט פון עגיפטן, איז דורך אלעקסאנדריע. די וואסער פראנט איז 32 קילאמעטער לאנג, אויך איז גאז און נאפט ווערן ארויסגעשיקט פון אלעקסאנדריע.

א ביבליאטעק איז אויפגעשטעלט געווארן, איר ציל איז ווי אויפפרישן די אלטע פארלוירענע ביבליאטעק. אויך איז אין שטאט דער צווייטער גרעסטער אוניווערסיטעט אין עגיפטן.

                                     

1.3. היסטאריע יידן אין שטאט

אין די צייטן פון תלמי זענען שוין יידן געווען דארט, דארט איז איבערגעטייטשט געווארן די תורה צו גריכיש. אין די רוימישע צייטן, זענען 40 פראצענט פון שטאט געווען יידן, און אין צוויי קווארטלען פון שטאט, זענען אלע געווען יידן, פון פינף קווארטלען אין שטאט. די אנדערע איינוווינער זענען מערסטנס געווען גריכישע, אין יאר 38 האבן זיי דורכגעפירט פאגראמען, קעגן די יידישע איינוווינער. אין יאר 66, ווען די יידישע אויפשטאנד קעגן רוים האט אויסגעבראכן, אין ארץ ישראל. איז אויך אין קיירא געווען אן אויפשטאנד, ווי צענדליקע טויזנטער יידן זענען אומגעקומען, ווען די רוימער, האבן צובראכן דעם ווידערשטאנד. אין יאר 115 איז געווען נאך אן אויפשטאנד, ווי נאך אסאך יידן האבן פארלוירן זייער לעבן. די ביזאנטן האבן פארטריבן די יידן פון דער שטאט אין יאר 414.

אין צוועלפטן יארהונדערט, האבן געוווינט 300 יידן אין שטאט. אין ניינצטען יאר הונדערט, ווען אייראפעישע זענען אנגעקומען, איז די יידישע קהילה זיך צווואקסן, און נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, האבן געוווינט ארום 15.000 יידן אין שטאט. ווען ישראל איז געווארן זעלבסטשטענדיק, זענען די יידן ארויף קיין ישראל אין די נאכפאלגנדע יארן.



                                     
  • תחנון אין דעם טאג. ה תקמ ד - הרב אליהו ישראל, רב און אב בית דין פון אלעקסאנדריע ה תקפ ו - הרב רפאל ישעיהו אזולאי, אב ד אנקאנא און שד ר ה תרכ ה - רבי
  • איז געווען גאמאל אבדעל נאצער. די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע אסוואן און פארט סאאיד. מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס
  • פ וילן לאס אנדזשעלעס, פא ראייניקטע שטא טן אדאנא, טערקיי טוניס, טוניסיע אלעקסאנדריע עגיפטן אלמאטי, קאזאכסטאן אמאן, יארדאניע טאבריז, איראן טשיטאגאנג, באנגלאדעש
  • דער ערשטער יא רהונדערט, ווען דער צווייטער בית המקדש איז נאך געשטאנען. אלעקסאנדריע עגיפטן באלאניע איטא ליע באסטאן פא ראייניקטע שטא טן ברוקלין סנטר
  • נאציאנאלן באטאנישן גארטן, וואו ס ליגט ניקנור, וואס האט געברענגט פון אלעקסאנדריע די טירן פארן עזרת נשים אינעם צווייטן בית המקדש אין ירושלים צוויי בא רימטע
  • מיטגליד פון די דעמא קרא טישע סא ציא ליסטן פון א מעריקע DSA זי און אלעקסאנדריע א קא זיא - קא רטעס זענען די דריטע און פערטע DSA מיטגלידער צו דינען אין
  • די אליהו הנביא שוהל איז א אלטע ארטאדאקסישע ספרדישע שוהל אין אלעקסאנדריע עגיפטן אויף דער דניאל הנביא גאס, געבויעט אין יאהר קט ו. זי איז איינע פון די שענסטע
  • עגיפטן. רחל מכבי איז געבוירן געווא רן אין 1915 ווי מערי לואיז גרין אין אלעקסאנדריע עגיפ טן, אין א הויכער סא רט יידיש - ציוניסטישער משפ חה. איר פאטער, פ עליקס
  • און טוניסיע, ליביע און מצרים. און ט ו טבת, ער איז געקומען צו דער שטאט אלעקסאנדריע דארט האט ער פארבריינגט א ביסל, און י ז טבת האט הער געקומען צום דער שטאט
  • רעליגיע, מנהגים און הלכות. די בוך איז אן ענטפער צו וואס שרייבער פון אלעקסאנדריע האבן אין אן אויסגאבע אטאקירט דאס יידישע פאלק, אין בוך ברענגט יוסף ארויס
  • גרויסער באזיגט די פערסישע הערשאפט אין עגיפטן. ער האט געגרינדעט די שטאט אלעקסאנדריע וואס איז געווארן, נאך זיין טויט, די הויפטשטאט פון דער מלוכה פון דער

Users also searched:

...