Топ-100
Back

ⓘ טוויטער איז א פרייער בחינםדיגער סאציאלער נעטווארק און מיקרא-בלאגן סערוויס וואס ערמעגליכט אירע באנוצער צו שיקן און ליינען מעסעזשעס באוויסט אלס טוויטס. טוויטס זענ ..




                                     

ⓘ טוויטער

טוויטער איז א פרייער בחינםדיגער סאציאלער נעטווארק און מיקרא-בלאגן סערוויס וואס ערמעגליכט אירע באנוצער צו שיקן און ליינען מעסעזשעס באוויסט אלס טוויטס.

טוויטס זענען גאר קורץ ווי SMS טעקסט מעסעדזשעס - עס פלעגט נישט מעגליך זיין צו שיקן מעסעדזשעס גרעסער פון 140 כאראקטערן אויף איינמאל, אבער דעם 7טן נאוועמבער 2017 האבן זיי אנגעהויבן ערלויבן צו שיקן 280 כאראקטארן אויף איינמאל, חוץ אין יאפאנעזיש, כינעזיש, קארעיש, וואס קענען ווייטער נאר שיקן 140 אויף איינמאל.

מע קען זיך אויפסיינען צו באקומען אדער שיקן אלע פידס פון די צעלפאנען. מע ברויך טשעקן מיט די אייגענע סעלפאן סערוויס פארזארגערס וויפל עס קאסט אייך א טעקסט.

עס ווערט ארויפגעשטעלט אויף א באנוצערס פראפייל אלע זיינע דערהיינטיקן און אויב סיי וועלכע באנוצער וויילט אויס צו נאכגיין אייערע דערהייטונגען ווערט עס דעליווערט צו זיין טוויטער פיעד. מקען זיך פארשפארן פונעם ברייטן פובליק די אפדעיטס אזוי אז קיינער בלויז חברים און נאנטע זאלן דאס קענען ליינען, און מקען אויך באלקירן ספעציפישע באנוצער זאלן דאס נישט קענען באקומען אין זייער פיד אבער זיין אפען פארן ברייטן פובליק.

די גרינדער זענען א גרופע חברה איינער האט בעפאר דעם געארבעט אין גוגלס בלאגער קאמפאני.