Топ-100
Back

ⓘ ברוך האגער, סערעט. רבי ברוך האגער זצל, פון סערעט, באקאנט מיט דעם נאמען דער מקור ברוך, איז געווען דער סערעטער רב און דער גרינדער פונעם סערטער צווייג פון וויזשניץ ..




ברוך האגער (סערעט)
                                     

ⓘ ברוך האגער (סערעט)

רבי ברוך האגער זצ"ל, פון סערעט, באקאנט מיט דעם נאמען "דער מקור ברוך", איז געווען דער סערעטער רב און דער גרינדער פונעם סערטער צווייג פון וויזשניץ.

                                     

1. אפשטאם

רבי ברוך איז געבוירן אין יאר התרנ"ה, צו זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, "דער אהבת ישראל", א זון פון הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, "דער אמרי ברוך", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם", א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס "רבי אליעזרל דזשיקאווער", א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב

מען האט אים א נאמען געגעבן ברוך נאך זיין זיידן דעם אמרי ברוך.

                                     

2. רבנות

זיין פאטער האט אויף אים געזאגט "ער איז א חכם מחוכם, ווען איך דארף אן עצה שמועס איך מיך איבער מיט אים".

אין יאר התרפ"ג איז רבי ברוך געווארן רב אין פוליען, מארמאראש, און אין יאר התרפ"ח איז רבי ברוך געווארן רב אין קאצמאן. אין יאר התרצ"ו האט מען אים אויפגענומען רב אין סערעט. ער איז געווען דער לעצטער סערעטער רב, איידער מען האט פארטריבן אלע יידן פון דער שטאט.

נאך דעם חורבן אייראפע אין יאר התש"ז איז רבי ברוך ארויף קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין חיפה. און אין יאר התשי"ד האט ער אויפגעשטעלט דארט זיין שטעטל "משכן ישראל רמת וויזניץ", מיט א שול מקור ברוך און א ישיבה יחל ישראל.

רבי ברוך איז געווען פון די פירערס פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה, און פון די גרינדערס פון חינוך עצמאי.

                                     

3. פאמיליע

רבי ברוך האט געהייראט בזיווג ראשון העני רוקח, א טאכטער פונעם בעלזער רב, הרב ישכר דוב רוקח. זייער זון:

  • הרב מיכאל האגער.

בזיווג שני האט רבי ברוך געהייראט מרת צירל - ה אייר התשל"ד, א טאכטער פון הרב אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת. זייערע קינדער:

  • הרב אליעזר האגער, ממלא מקום פון פאטער, סערעט וויזשניצער רבי אין חיפה.
  • הרב משה האגער נפ תשנ"ט, ראש ישיבה פון יחל ישראל אין חיפה.
  • מרת מרים תרצ"ד - כ"ה אייר תשע"ה, די ווייב פון הרב אליהו שטערנבוך ראש בית דין אין אנטווערפן.
  • זיין שטוף-זון הרב נפתלי חיים אדלער, זון פון זיין ווייב פון איר פריערדיגן מאן. געווען א איידעם ביי רבי חיים מאיר האגער.
                                     
  • סערעט וויזשניץ איז א חסידישער הויף, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי ברוך האגער א זון פונעם דריטן וויזשניצער רבין, רבי ישראל האגער וועלכער איז אויכעט
  • אדמורי ם פון וויזשניץ, רבי ברוך האגער דער מקור ברוך איז געווען שטאטס רב אין סערעט און איז געווען דער גרינדער פונעם סערעט וויזשניץ הויף. נאך דער צווייטער
  • אין דער סערעט וויזשניצער דינאסטיע. רבי אליעזר איז געבוירן געווארן מוצאי יום כיפור תרפ ה אין גרויסווארדיין, רומעניע, צו זיין פאטער רבי ברוך האגער דער סערעטער
  • האגער פון ווישעווע דמשק אליעזר - פון רבי אליעזר האגער מקור ברוך - פון רבי ברוך האגער סערעט פון סערעט וויזשניץ דברי תורה - פון רבי מרדכי האגער
  • רבי יעקב האגער געבוירן י תשרי ה תשט ז, 26סטן סעפטעמבער 1955 איז דער דריטער און היינטיגער רבי פון סערעט - וויזשניץ. ער איז א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה
  • האגער כ ב שבט ה תרנ א - ב אלול ה תש ו פון וויזשניץ. דער דמשק אליעזר הרב ברוך האגער ה תרנ ה - ב חשוון ה תשכ ד פון סערעט הרב שמואל אבא האגער
  • רבי אברהם ברוך ראטנבערג, קאסאנער רבי פון לייקוואד מרת יפה שיינדל, די ווייב פון הרב מנחם מענדיל זון פון הרב ישראל אליעזר האגער רב פונעם סערעט - וויזשניצער
  • און צענטער פון סערעט וויזשניצער חסידים. אנפאנג פון די פופציגער יארן, איז דער ערשטער און גרינדער רבי פון סערעטער חסידות הרה ק רבי ברוך האגער אויפגעקומען מיט
  • ספינקער רבי פון בארא פארק. מרת שרה רבקה, ווייב פון הרב ברוך זון פון רבי יעקב האגער פון סערעט וויזשניץ, חיפה מרת מרגלית, ווייב פון הרב דוד, זון פונעם
  • סערעט וויזשניץ קהילה אין לייקוואוד. רבי אהרן טוביה שפיץ איז א זון פון רבי משה שפיטץ, דער ביסטריצער רב, און אן איידעם ביי רבי אליעזר האגער דער סערעט וויזשניצער

Users also searched:

...