Топ-100
Back

ⓘ ישראל פרידמאן, טשארטקאוו. רבי ישראל איז געבוירן אין פאטיק, י אייר התריד, צו זיין פאטער הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, ..




ישראל פרידמאן (טשארטקאוו)
                                     

ⓘ ישראל פרידמאן (טשארטקאוו)

רבי ישראל איז געבוירן אין פאטיק, י אייר התרי"ד, צו זיין פאטער הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת פייגל, א טאכטער פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל. ער האט געהאט דעם נאמען "ישראל" נאך זיין זיידער דער רוזשינער.

                                     

1. רבנות

אין עלטער פון דריי יאר האט רבי ישראלס זיידע רבי אהרן פון טשערנאבל געזאגט אויף אים: ער וועט זיין א גרויסער מנהיג ישראל. שוין אין זיינע יונגע יארן האט רבי ישראל ערשטוינט די גדולי ישראל מיט זיין גרויסקייט אין לערנען.

הושענא רבה ביינאכט התרס"ד א האלבע שטונדע פאר זיין פאטער איז נפטר געווארן, האט דער פאטער געהייסן ברענגען זיין שטול און באפוילן זיין זון רבי ישראל זאל זיך זעצן אויף דער שטול און ערפילן זיין ארט. ווען רבי ישראל האט נישט געוואלט זיך זעצן האט דער פאטער אים נאך אמאל באפוילן. רבי ישראל האט זיך געזעצט און גלייך אויפגעשטעלט, ביז דער פאטער האט אים שטרענג געזאגט ער זאל בלייבן זיצן און אים אנגעוואונטשן: "דו זאלסט זיין א רבי, און אלע ברכות וואס די וועסט ווינטשן יידישע קינדער זאלן גערעכנט ווערן ווי איך האב זיי געוואונטשן, און זאלסט זוכה זיין ארויף צוגיין צוזאמען מיט יידישע קינדער קיין ארץ ישראל", און באפוילן רבי ישראל זאל ענטפערן "אמן", האט ער געזאגט "אמן, מיט דיר אין איינעם".

טויזנטער חסידים האבן געשטראמט צו זיין הויף. צווישן זיי זענען געווען רבנים און גדולי תורה, ווי רבי מאיר שפירא וואס האט געגרנידעם דעם דף היומי.

רבי ישראל איז געווען שטארק פארזארגט איבער די אלע אויפגעקלערטע און פרייע באוועגונגן וואס האבן זיך געשאפן אין יענע יארן אפצורייצן דעם יידישן יוגנט פון יידישקייט, אין יאר התרע"ב האט רבי ישראל אויפגעשטעלט די ארגאניזאציע הסתדרות החרדים אין טשערנאוויץ צוזאמען מיט די אנדערע רוזשינער רביס, וויזשניצער און קאסאווער רביס, אויף צו באקעמפן די אלע אויפגעקלערטע און פרייע באוועגונגען, וועלכע איז שפעטער געווארן א טייל פון אגודת ישראל.

ביים ערשטן וועלט קריג איז רבי ישראל אנטלאפן קיין וויען, ער האט זיך דארט באזעצט און נישט מער געוואלט צוריק פארן נאכן קריג, וויבאלד וויען איז נענטער קיין ארץ ישראל.

ביי דער גרינדונג פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אלול התרפ"ג איז אויסגעוועלט געווארן די דריי אויסגערופנסטע גדולי ישראל אלס עהרע פרעזידענט, רבי ישראל, דער חפץ חיים און דער אמרי אמת.

זיינע תורות זענען געדרוקט אין "גנזי ישראל".

                                     

2. פאמיליע

ד סיון התרל"א האט רבי ישראל געהייראט מרת שבע רוחמה, א טאכטער פון זיין פעטער זיין פאטערס ברודער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא. זייערע קינדער:

  • הרב חיים אהרן פרידמאן התרל"ג - כ"ו אלול התרפ"ו. ער ליגט אין וויען.
  • הרב נחום מרדכי פרידמאן י"ז שבט התרל"ד - י"ח אדר ב התש"ו, פון טשארטקאוו, ער ליגט אין הר הזיתים.
  • הרב דוב בער פרידמאן התרמ"ב - כ"ד אלול התרצ"ו, פון טשארטקאוו, ער ליגט אין וויען. זיין זון דור משה האט זיך געראטעוועט און איז געצויגן קיין לאנדאן.
  • מרת מרים, די ווייב פון הרב מנחם נחום פרידמאן התרל"ט - כ"א סיון התרצ"ג, פון איצקאן, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל פרידמאן פון אדזשאד. זי איז נפטר געווארן אין פאריז און מען האט זי ארויפגעפירט קיין ארץ ישראל און זי ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב
  • מרת חוה - ט"ז סיון התש"ג, די ווייב פון הרב צבי אריה טווערסקי התר"ן - ח"י מנחם אב התשכ"ח, פון זלאטיפאל. ער ליגט אין הר הזיתים
                                     

3. חשובע חסידים

  • הרב משה חיים לאו - פיעטרקאווער רב פאטער פון הרב ישראל מאיר לאו
  • רבי מאיר אריק
  • רבי יהודה מאיר שפירא
  • הרב דוב בעריש וויידנפעלד - דער טשעבינער רב
  • רבי שלום מרדכי הכהן שוואדראן
                                     

4. וועבלינקען

  • ר ישראל טשארטקאווער אין "The Golden Dynasty" פרק 11 אויף ענגליש
  • הקפוטה של האדמו"ר ישראל פרידמן מצורטקוב
  • לזכר יהודי צורטקוב שנספו בשואה אויף העברעיש
  • אדמו"רי צורטקוב: דוד משה פרידמן ובנו ישראל
                                     
  • רבי דוד משה פרידמאן זצ ל שבועות, ז סיון ה תקפ ז - הושענא רבה כ א תשרי ה תרס ד פון טשארטקאוו רבי דוד משה איז געבוירן אין רוזשין דעם צווייטן טאג שבועות
  • ה תרל ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב
  • און 30 פראצענט יידן. אין טשארטקאוו האבן געוואוינט אסאך חסידים. דער ערשטער אדמו ר פון טשארטקאוו איז געווען רבי דוד משה פרידמאן א זון פונעם רוזשינער. רבי
  • ישראל פרידמאן זצ ל דער גרינדער פון דער רוזשינער דינאסטיע. דעם הויף האט געגרינדעט הרה צ ישראל פרידמאן די הויפן פון באהוש, סאדיגורא, באיאן, טשארטקאוו
  • בער פרידמאן זצ ל ה תרמ ב - כ ד אלול ה תרצ ו פון טשארטקאוו רבי בער ניו איז געבוירן אין טשארטקאוו אין יאר ה תרל ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון
  • פרידמאן ה תר ט אומגעפער - כ ו תמוז ה תר ל פון טשארטקאוו א זון פון הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו בזיווג שני די ווייב פון הרב ישראל פרידמאן
  • פרידמאן כ שבט ה תרי ב - י ג תשרי ה תרס ז פון סאדיגורא. רבי ישראל פרידמאן י אייר ה תרי ד - י ג כסלו ה תרצ ד פון טשארטקאוו רבי ישראל פרידמאן ט ז
  • רבי ישראל פרידמאן זצ ל ג תשרי ה תקנ ז - ג חשוון ה תרי א פון רוזשין, באקאנט אלס דער הייליגער רוזשינער. רבי ישראל איז געבוירן אין דעם קליינעם אוקראינישן
  • רבי ישראל פרידמאן י אייר ה תרי ד - י ג כסלו ה תרצ ד פון טשארטקאוו רבי חיים אהרן פרידמאן ה תרל ג - כ ו אלול ה תרפ ו רבי נחום מרדכי פרידמאן י ז

Users also searched:

...