Топ-100
Back

ⓘ מרדכי דוב טווערסקי. רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארניסטייפל ביים פינפטן חנוכה לעכטעל כט כסליו התר צו זיין פאטער הרב משולם זוסיא אווערבאך, רב אין טאלמיטש, א זו ..




                                     

ⓘ מרדכי דוב טווערסקי

רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארניסטייפל ביים פינפטן חנוכה לעכטעל כ"ט כסליו הת"ר צו זיין פאטער הרב משולם זוסיא אווערבאך, רב אין טאלמיטש, א זון פון רבי מיכלע קירימער, א זון פון רבי הערש מענדל פון האניפאלי, א זון פון הרב משולם זוסיא אוערבאך פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר זושא. און צו זיין מוטער מרת שטערנא פייגא א טאכטער פון הרב יעקב ישראל טווערסקי, רב אין טשערקאס, אן איידעם פון הרב דובער שניאורסאהן, דער מיטלער רבי פון ליובאוויטש, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי דער מגיד פון טשערנאבל. רבי מרדכי דוב האט געהייסען נאך די צוויי זיידעס.

רבי מרדכי דוב איז געווארן א יתום פון זיין מוטער אין עלטער פון זעקס אדער ניין יאר, ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר פאטער, דער טשערקאסער, פון דארט נעמט זיך זיין פאמיליע נאמען טווערסקי.

                                     

1. פאמיליע

אין עלטער פון דרייצן יאר, אין טאג פון זיין בר מצוה, איז רבי מרדכי דוב פארלויבט געווארן און אין יאר התרט"ו געהייראט מרת רייצא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.

וויבאלד רבי מרדכי דוב האט נישט געהאט קיין ערלויבעניש ארויסצופארן פון דער רוסלענדישער אימפעריע, איז די חתונה פארגעקומען אין הוסיאטין, וואס האט זיך געפונען אויף דעם גרעניץ צווישען רוסלאנד און גאליציע אין דער עסטרייכער אימפעריע. זיי האבן געהאט ניין קינדער, פיר זין און פינף טעכטער.

  • מרת שטערנא פייגא, ג תמוז התרי"ז - די ווייב פון הרב נחום זלמן שניאורסאהן רב אין טשערקאס.
  • מרת חיה מלכה, א תשרי התרכ"ג - די וויב פון הרב משה גיטערמאן א זון פון הרב דוד גיטערמאן רב אין קיעוו.
  • הרב אהרן אלימלך שניאור זלמן טווערסקי, התרכ"ד - י"ט חשוון התרפ"ד פון קראָסנא, ער האט געהייראט מרת רוזלא א טאכטער פון הרב משה הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו.
  • מרת שרה מרים, ד תמוז התרכ"ה -, די ווייב פון איר פעטער הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, רב אין ראצפערט.
  • הרב חיים משה צבי טווערסקי, ט אדר התרכ"ו - כ כסליו התרצ"ד ער האט געהייראט מרת מרגלית בת-ציון א טאכטער פון הרב מנחם נחום טווערסקי, רב אין רחמיסטריווקא.
  • הרב בנציון יהודה ליב טווערסקי, כ"א תשרי התרכ"ח - כ"ח טבת התשי"א ער האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון הרב יצחק יואל ראבינאוויטש, פון קאנטיקוזיבה, ער איז נפטר געווארן אין שיקאגא, אמעריקא.
  • מרת יוכבד רבקה - י"ז סיון התרכ"ט, די ווייב פון הרב אלישע האלבערשטאם, רב אין גארליץ
  • הרב ברוך דוד טווערסקי, ח אדר התרל"ה - כ"ח כסלו התרפ"ו ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב שלמה זלמן, פון ראשקוב, ער איז נפטר געווארן אין וויען.
  • מרת אסתר הענדל, די ווייב פון הרב חיים ישעיה שניאורסאהן
                                     

2. רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד
  • שושנת העמקים, תולדותיהן של צדיקים
                                     
  • מנחם נחום שניאורסאהן פון ניעזען. הרב מרדכי דוב טווערסקי - ט ז ניסן ה תר ף פון טומשפאל. הרב משה זלמן טווערסקי פון טשמישלה. מרת אדל מרת שטערנא פייגא
  • וואו רבי מרדכי דוב טווערסקי אן אייניקל פונעם טשערקאסער רבי ן, האט אויפגעשטעלט זיין הויף. דער היינטיגער רבי פון הארנסטייפל איז רבי מיכל טווערסקי פון מילוואקי
  • איידעם ביי רבי יוסף מאיר טווערסקי פון מאכניווקא רבי מרדכי רוקח פון בילגוריי, דער פאטער פונעם היינטיקן בעלזער רבי ן ישכר דוב רוקח רבי שלום רוקח פון אפטא
  • רבי מרדכי טווערסקי זצ ל ה תק ל - כ אייר ה תקצ ז מגיד פון טשערנאביל. באקאנט אלס רבי מאטעלע טשערנאבילער. רבי מאטעלע איז געבוירן געווארן אין יאר ה תק ל
  • געבוירן אין יאר ה תקס ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון
  • די ווייב פון רבי דוב בער פרידמאן ה תקפ א אומגעפער - י ג כסלו ה תרל ו פון ליעווא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער. הרב משה טווערסקי מרת מלכה, די ווייב
  • אברהם דוב טווערסקי ה תרכ ה - כ ט אב ה תש ה פון רחמיסטריווקא. רבי אפרים טווערסקי ירושלים רבי דוד טווערסקי רבי יוחנן טווערסקי רבי דוד טווערסקי ה תרל ב
  • רבי מרדכי טווערסקי פון רחמיסטריווקא, באקאנט אלס ר מאטעלע רחמיסטריווקער ה תקצ ט - י ז אייר ה תר ף איז געווען דער צווייטער רחמיסטריווקער רבי. פון יאר
  • ה תש ה - יצחק פערלמאן, ישראלישער פידלער ה קפ ז דער מהרי ל מהר י סג ל דער מנהיג פון יהדות אשכנז ה תרס ג - הרב מרדכי דוב טווערסקי אב ד הארניסטייפל
  • טשערנאבילער גזע. רבי מנחם נחום טווערסקי ה ת ץ - י א חשוון ה תקנ ח פון טשערנאביל, דער מאור עינים. רבי מרדכי טווערסקי ה תק ל - כ אייר ה תקצ ז מגיד

Users also searched:

...