Топ-100
Back

ⓘ אהרן האלבערשטאם. רבי אהרן איז געבוירן אין יאר התקפו אין דער שטאט רודניק, גאליציע, צו זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב דער דברי חיים. און צו זיין מו ..




                                     

ⓘ אהרן האלבערשטאם

רבי אהרן איז געבוירן אין יאר התקפ"ו אין דער שטאט רודניק, גאליציע, צו זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם.

                                     

1. זיינע רביס

רבי אהרן האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד מובהק פון הרב צבי הירש פון רימאנאוו, אויך איז ער געפארן צו הרב דוד טווערסקי פון טאלנא, צום שר שלום פון בעלזא, צו הרב אברהם טווערסקי דער טריסקער מגיד און צו דער רבי ר מאיר פון פרימשלאן

                                     

2. רבנות

אין יאר התרי"ז איז רבי אהרן אויפגענומען געווארן דורך די קהילה פון די שטאט סאנז מיט די הסכמה פון זיין פאטער דער צאנזער רב, אלץ רב פון צאנז. דער צאנזער רב דער דברי חיים האט דעמאלטס געפרעגט די ראשי קהלה מיט א ווערטל אויב מיין זון וועט זיין רב וועל איך ווערען דער אלטער רב? וויי לאנג איך בין דא געווען רב איז נישט געווען קיין שום קינדער נפלים

נאך דער פטירה פון זיין פאטער דעם צאנזער רב, האט זיך געשאפן א דיסקוסיע איבער דעם צאנזער רבנות. היות דער שינאווער רב איז נישט געקומען די לעצטע יארען פון טאטען דער צאנזער רב קיין צאנז האט ער נישט געוויסט אז דער דברי חיים האט אנגעזאגט אז זיין זון רבי אהרן דער קרייזער רב זאל זיין ממלא מקומו און אפילו געשיקט חסידים זאלן פארן צו אים, אבער זיין ברודער דער שינאוואער רב האט געהאלטן, אלס עלטסטער זון, געהערט דאס רבנות צו אים. נאך א פאר חדשים פון איבערמידליכע כוחות און בקשות פון דער גארליצע רב און זיין שוועסטער הרבנית נחמלע און נאך, האט דער שינאווער רב זיך איבער געשמוסט מיט ידידו רבי שלמה מונקאטשער וואס האט אים געעצהעט צריק צו פארען קיין סטראפקוב ווי ער איז דעמאלטס געוועזן רב. אין א געלעגנהייט שפעטער איז דער שינאוואער רב געווען אין צאנז, איז ער געווען באזוכן דעם ברודער דער צאנזער רב רבי אהרן, שמועסנדיג אין קבלה, האט דער שינאוואער רב געגעבען א קלאפ אין טיש, אז ער איז מוחל אויף דעם צאנזער רבנות.

                                     

3. הסתלקות

רבי אהרן איז נפטר געווארן שבת קודש ר"ח מנחם אב התרס"ג, אין ליגט אין צאנז אין פאטערס אהל.

אין חודש תמוז איז רבי אהרן געפארן קיין וויען זיך היילן, ליידער האבן די דאקטוירים אים נישט מער געקאנט העלפן, ער איז צוריק געקומען קיין צאנז. ערב שבת אדער א טאג פריער נאכדעם וואס ער האט געלערנט אין זוהר הקדוש איבער פטירת אהרן הכהן, האט ער געבעטן אז מען זאל אים נעמען אין דער מקוה, דאן איז ער געגאנגען צו זיין שוועסטער מרת נחמה די ווייב פון הרב יצחק טוביה רובין - זי האט געוואוינט אין זייער פאטערס הויז - ער האט געקושט די ווענט און געזאגט פאר דער שוועסטער שיק מיט מיר א גרוס פארן טאטן. שבת ביינאכט נאך קידוש איז ער נפטר געווארן, זי"ע.

                                     

4. פאמיליע

רבי אהרן האט געהייראט מרת חנה עלקא א טאכטער פון הרב יעקב וויינבערגער פון דוקלא. זייערע קינדער:

  • מרת רחל פייגא, זי האט געהייראט הרב משה האלבערשטאם רב אין בארדיאוו.
  • הרב שמואל שמעלקי האלבערשטאם, אין יאר התרכ"א האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב קלונימוס קלמן עפשטיין פון ניישטאט, אן איינציגער זון פון הרב יוסף ברוך עפשטיין, דער גוטער ייד פון ניישטאט, א זון פון הרב קלונימוס קלמן עפשטיין, דער מאור ושמש. ער איז נפטר געווארן ט טבת התרס"ג.
  • הרב אריה לייביש האלבערשטאם התרי"א - כ"א אדר א התרצ"ה, רב אין גריבאוו און צאנז. ער האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט מרת מלכה די טאכטער פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו. בזיווג שני האט רבי אריה לייביש חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הרב יצחק קאנער.
  • הרב שלום האלבערשטאם, רב אין פיעקלא און ראב"ד אין צאנז, ער האט געהייראט מרת לאה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם. ער איז נפטר געווארן התרצ"ד, אין ליגט נעבען דעם אהל פון צאנזער רב.
  • מרת בת-שבע, טאכטער פון הרב שלום, די ווייב פון הרב ברוך קאנער פון טשחויוו א זון פון הרב יעקב שמשון הלוי קאנער. ער ליגט אין טבריה אין חלקת תלמידי הבעש"ט.


                                     

5. רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
                                     
  • רבי אהרן האלבערשטאם הי ד ה תרכ ה - כ ו סיון ה תש ב רב אין ביאלא - ביליץ. רבי אהרן איז געבוירן אין צאנז אין יאר ה תרכ ה, צו זיין פאטער, הרב יוסף זאב האלבערשטאם
  • רבי אהרן האלבערשטאם זצ ל ה תרנ ה - גארליץ - וויעליטשקא רבי רבי אהרן איז געבוירן אין יאר ה תרנ ה אומגעפעהר צו זיין פאטער הרב אלישע האלבערשטאם רב
  • בא דײ טן: אהרן האלבערשטאם איז דער נאמען פון: רבי אהרן האלבערשטאם דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים רבי אהרן האלבערשטאם רב אין ביאלא - ביליץ רבי אהרן האלבערשטאם
  • דוד האלבערשטאם ה תרע ד - כ ה אדר ב ה תשל ח פון פאקשיווניץ.. הבחור משה אהרן האלבערשטאם הי ד. רבי יחיאל האלבערשטאם פון מאנסי רבי חיים האלבערשטאם משולם
  • שלום האלבערשטאם איז דער נאמען פון עטלעכע אדמורי ם פון דעם צאנזער הויף. רבי שלום האלבערשטאם - ה תרצ ד רב אין פיעקלא, א זון פון רבי אהרן האלבערשטאם דער
  • ברוך האלבערשטאם דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם דער
  • לייבוש האלבערשטאם זצ ל ה תרי ב - כ א אדר א ה תרצ ג רב אין גריבאוו און צאנז. רבי לייבוש איז געבוירן אין יאר ה תרי ב צו זיין פאטער הרב אהרן האלבערשטאם דער
  • חיים האלבערשטאם ה תרמ ב ה תשט ז דער טשחויווער רב פון ניו יארק. רבי חיים האלבערשטאם ה תר ס - ט אלול ה תרצ ב א זון פון רבי אהרן האלבערשטאם רב אין
  • ברוך האלבערשטאם דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם דער
  • הרב אהרן בראסלעווער רב אין שטאט בראסלעוו אין אוקריינא ה תרמ ג - הרב שמואל עהרנפעלד אב ד מאטערסדארף, דער חתן סופר ה תרס ג - הרב אהרן האלבערשטאם קרייזער

Users also searched:

...